# מכתב ז'

> מקור: https://rabenu.app/books/hitkashrut-latzaddik-haemet/849/469/

ועכשיו אתחיל לכתב מעט מענין הקשיות שלכם מכבר.

האמת כבר כתבתי לכבודו, כי מהראוי להאמין בדברי וענין הצדיק האמת בשלמות – אחר שה' יתברך חמל עלי והרגשתי מעט נעימות ענינו, וראיתי מעט עמק האמת שלו וטובת נשמתי שיש לי מכבר בהתקרבותי אליו.

כי זה יבין כל אחד, יעדיר וואס איז מקרב צום רעבין ז"ל ווייסט בא זיך אליין וויפיל ער האט פארדינט פין דעם התקרבות צום רעבין ז"ל, וויפיל תשובה און קרעכצין פאר ה' יתברך אויף דעם ווייטקייט וואס ער פילט, און וויפיל הסתכלות רעים און הרהורים רעים און מחשבות רעות און מעשים רעים ער האט ווייניגער מיט דעם התקרבות צום רעבין, און וויפיל מער תפלה בכונה און התבודדות און תהלים זאגין און מצוות וצדקות ומעשים טובים ער האט מער דורך דעם התקרבות, אז אלע וועלטין מיט אלעס וואס איז דא אויף זייא, האט ניט ווערט אקעגין איין האר מער התקרבות לה' יתברך אין איין האר ווינציקער זינדיגן פאר ה' יתברך – וואס מען פארדינט דורכן דעם רעבין.

און באמת, ווען מען זאל טאקי פאלגען באמת דעם רעבין ז"ל – נאר פון איין תורה וואס ער לערינט אונז, וואלטין מיר גיקענט זוכה זיין אזוני הוכע מדרגות – "עין לא ראתה", און מען איז זיך ניט מיאש חס ושלום נאר פון צו קענין לערנין דעם רעבינס תורות – און דורך דעם רעבינס זאך זוכה זיין ציא וואס מען וועט זוכה זיין.

על כל פנים דער וואס פילט דאס – דעם ריינעם אמת, פאר שטייט גוט – אויב עס איז איהם קשה קשיות – אז עס איז דא אויף וויימען זיך ציא פאר לאזען, און אלעס איז רעכט – אין נפתול ועקש חס ושלום, נאר ווייל מיין מח איז ניט ריין דער פאר איז מיר קשה, אין דער יצר הרע וויל מיך אפ רייסען פון אמת; דארף איך בעטן ציא ה' יתברך עס זאל מיר ניט קשה זיין, און איך זאל תמיד בלייבין אן גיבינדען אין צדיק האמת – וואס דאס איז מיין חיות אויף אייביג, אויף אלע וועלטין.

אף על פי כן אתחיל לתרץ מעט קשיות.

הקשיא הראשונה שלו הוא, מדוע חסידי ברסלב מתדבקים את עצמם רק ברבי שנסתלק, והלא כתיב (דברים יז) "אל השופט אשר יהיה בימים ההם", ועם נגעים לכהן אשר יהיה בימים ההם.

 איך האב אסאך צו ענפערין אויף דעם – וואס דיא פאפיער איז ניט מספיק, נאר בקצור.

דער אמת איז אזו, פון תמיד אן מוז דיא גאנצע וועלט אן קומען צוא דעם גרוסען אמתין צדיק – נשמת משה עליו השלום, וואס נאר ער קומט אראפ אויף דער וועלט מתקן זיין דיא גאנצע וועלט, און קיין אנדעריר קען בשום אפן ניט מתקן זיין דיא נפשות – חאטשי וויא גרוס ער איז – אויב ער איז ניט נשמת משה, נאר אפלו ער אליין מוז אויך אן קומען ציא נשמת משה – וואס זאל איהם אוועק שטעלין צום שרש בתכלית.

און דער פאר שיקט ה' יתברך אראפ איינמאל אין כמה דורות נשמת משה, מתקן זיין דיא אלע דורות.

למשל, פון בריאת העולם ביז משה רבנו עליו השלום זענין אלע ניט גיקומען צוא זייער רעכטין תקון, ביז משה רבנו עליו השלום איז געקומען – האט ער מתקן גיווען אלע דורות ביז איהם.

עין בלקוטי מוהר"ן (סי' ד), אז יהודה נתגלגלו עצמותיו – און ער האט ניט גיקענט קומען צוא זיין תקון, חאטשי ער האט גיהאט יעקב אבינו עליו השלום און נאך אנדערע גרוסע צדיקים, ביז משה רבנו עליו השלום איז גיקומען און ער האט דער מאנט זיין ודוי און געבייטין פאר איהם, און דענצמאלט האט ער געהאט דעם אמתין תקון בשרש.

און אזו ברענגט דער זהר הקדוש (ויחי רלו.) אויף ראובן און שמעון ולוי, אז יעקב האט מורא גיהאט זייא צוא בענטשין [און זייא מתקן זיין בשלמות] – ביז משה וועט קומען און ער וועט אלעס טאן בשלמות.

און אזו האט משה אוועק גישטעלט און מתקן גיווען אלע נשמות, און וואויל איז דעם וואס איז גיווען משה'ס מענטשין – "ראתה שפחה (מראות) על הים מה שלא ראה יחזקאל" (מכילתא שירה ג).

און אחוץ משה האט קיינער ניט גיהייסין 'רבנו', ווייל רבנו קען הייסן נאר דער וואס ער גיט ארויס אין נייעם חלק התורה והנהגת העולם ותקון הנשמות – אזו וויא משה רבנו עליו השלום וואס ער האט מקבל גיווען דיא גאנצע תורה מן השמים, ומעתה "אין נביא רשאי לחדש דבר מעתה" (מגילה ב), און אחוץ משה רבנו הייסט קיינער ניט 'רבנו' – אפלו יהושע וכו', נאר 'מורנו' – לשון מורה דרך: ער לערינט אונז דיא דרכים פון רעבין – וויא זייא מקים זיין.

און אזוי האט זיך גיפירט דיא וועלט בכח משה רבנו, און אלע צדיקים נביאים – נאר מיט דרך וכח משה רבנו, ורק הוא הרבי – וכלם רק תלמידיו.

ביז עס איז גיקומען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זכותו יגן עלינו אמן, און ער איז גיווען דיא נשמת משה אליין, און איז אראפ גיקומען אויף דער וועלט מתקן זיין דיא וועלט און אלע נשמות וואס פון משה רבנו עליו השלום, און איהם האט מען געגיבען רשות מגלה זיין א נייעם דרך אין הנהגת העולם, וחלק התורה העקרי – דיא סתרי תורה זהר ותקונים וכו', דער פאר הייסט ער 'רבנו', ווארין ער איז דער אמתער רבי פון דער וועלט – און אלע צדיקים זענין זיינע תלמידים, און ניט יהושע נאך משה.

און אזו רבי אבא און רבי אלעזר זענין ניט געווארין רעביס נאך הסתלקות פון זייער רעבין משה און רבי שמעון, נאר זענין גיווען חברים, און זיך גיפירט מיט דעם דרך פון זייער רעבין משה און רבי שמעון, און זענין גיווען מקשר וויא חסידים נאך דעם הסתלקות פון רבי שמעון – אן גיבינדען אין רבי שמעון, אז זייא פלייגען זייעהן רבי שמעון נאך הסתלקות.

און פלייגען תמיד נאר רעדין פון זייער רעבין רבי שמעון און גייען מיט זיין דרך און זיין תורה, און האבען געזאגט (הקד' הזהר ד.): "רבי שמעון, דיא ביזט אין דער ערד און פירסט די וועלט"; און האבין זיך גהאלטען מיט אהבה צוא זאמין, און נאר רבי שמעון איז דער גיווען דער רבי – און אלע נאר תלמידים.
