# מכתב יא

> מקור: https://rabenu.app/books/hitkashrut-latzaddik-haemet/849/473/

והנה אחר שעזר ה' יתברך ושלח אור הגדול הבעל שם טוב ז"ל בעולם, אשר הוא ותלמידיו הקדושים – הנמשך קדשתם עד הנה: שנתרבה החסידות, והאמונה בהשגחה פרטית, והבטחון והשמחה בה' יתברך – אשר יש הרבה לדבר בזה, חמל ה' יתברך על הדור השפל בתכלית השפלות כמונו, ומתוך האילן הקדוש הבעל שם טוב ז"ל יצא אילן פרות כאלו, הינו מיוצאי חלציו הקדוש יצא רבנו ז"ל הנחל נבע מקור חכמה, שהוא אור כזה שעדין לא היה בעולם: שיכול להאיר לכל העולם מקצה אל קצה, ולהחיות כל העולם כלו מראש ועד סוף.

והוא הרחמן האמת, אשר גלה והודיע לנו עצם קדשת עצותיו הקדושה – איך נוכל לבוא ולהגיע גם אנו וגם כל העולם כלו להיות נעשים צדיקים גדולים גמורים, וואס דאס געפינען מיר ניט בא קיין שום צדיק פון בריאת העולם ביז יעצט, א צדיק וואס זאל אונז דער ציילן זייני דרכים וואס ער האט גיטאן ביז ער איז גיקומען צוא זייני מדרגות – אז מיר זאלין אויך קענין אזוי טואין מיר זאלין אויך קענין ווערין צדיקים.

ווארין אין אלע הייליגע ספרים געפונט מען דער עקר התעוררות: אז מען דארף תשובה טאן, און מען דארף זיין ערליך, און מען דארף נצל ווערין פון זינד, און דינען ה' יתברך; אבער וויא אזוי קומט מען דער צוא, און וויא אזוי איז מען זוכה דער ציא, און וואס פאר איין עצה גיט מען זיך אקעגין יצר הרע, און אז דער יצר הרע האט זיך שוין געשטארקט התחזקות – וויא קען מען ארויס דרייען זיך פון איהם, אין אז דאס עבודת ה' יתברך, לערנין, דאוינען, גייט ניט וויא עס בדארף צוא זיין – וויא זיך מחיה ומחזק זיין, און עצות אויף אלעס, דאס זעהט מען ניט נאר בייא דעם הייליגען רעבין, וואס ער גיט אזוני דרכים אויף עבודת ה' יתברך – אז אפלו דער נדריגסטר ערגסטער מענטש אין דער וועלט זאל גייען מיט דיא דרכים, קען ער ווערין א צדיק גדול ונורא מאד מאד שאין לשער.

און ער גיט עצות אויף יעדיר זאך, אז מען זאל נאר מקים זיין זיינע רייד בתמימות ופשיטות אן חכמות און פארדרייאכץ – קען מען קומען צוא דער גרעסטער מדרגה פון דער ועלט.

נאר דער יצר הרע גיט זיך איין עצה: מחלקת והתנגדות אויף אזא הייליגען רעבין מיט אזוני הייליגע ספרים, און אפלו זיינע מענטשין וואס גלייבין שוין יאה אין איהם, פארדרייט ער דעם קאפ ניט מקים זיין די עצות בתמימות ופשיטות בשמחה – וואס דאס איז דער עקר צוא קומען צוא אלעס גוטס און צוא פילען דיא הייליגע דרכים וויא עס בדארף צוא זיין, וואס דיא מענטשן זיינע וואס האבין מקים גיווען זיינע רייד בתמימות ופשיטות בשמחה – פונקט וויא ער הייסט, האבין זייא זוכה גווען צוא ווערין גרוסע צדיקים – וויא מיר ווייסין פון זייא, זכותם יגן עלינו.

און על כל פנים, וויא אזוי עס איז, דער וואס רירט זיך נאר אן אין דעם הייליגען רעבינס זאך און דער נאמען פון רעבין ווערט גערופען אויף איהם, איז ער שוין זוכה, אסאך זוכה, אפלו אויף דער וועלט קען מען זעהן און פילען: ער אליין, און אנדערע מענטשין אויף איהם, וואס מען פארדינט יעדין רגע, מכל שכן לעולם הבא איז "עין לא ראתה", וואס דענמאלט וועט מען ערשט פילן דאס התקרבות צום רעבין – וואס קיין גרעסיר דערפון איז ניטא.
