# די זיבן בעטלערס

> מקור: https://rabenu.app/books/yi-1/1/

**יג • מז' בעטלערס**

איך וועל אייך דערציילן . ווי אזוי מען איז אמאל פריילעך געווען .

מעשה אמאל איז געווען א מלך . דער מלך האט געהאט א בן יחיד . האט דער מלך געוואלט אפגעבן די מלוכה זיין זון בחייו (דהיינו פאר זיין לעבן) . האט ער געמאכט א גרויסן באל . און ווען דער מלך מאכט א באל איז בוודאי זייער פרילעך. בפרט היינט . וואס ער האט אפגעגעבן די מלוכה זיין זון ביים לעבן . איז א וודאי געווען זייער א גרויסע שמחה . און סע איז דארט געווען אויף דעם באל אלע שרי מלוכה . און אלע דוכסים און אלע שררות . און מען איז זייער פריילעך געווען אויף דעם באל . און די מדינה האט אויך הנאה געהאט פון דעם וואס דער מלך גיט אפ די מלוכה זיין זון ביים לעבן . ווארן סע איז א גרויסער כבוד דעם מלך . און סע איז דארט זייער א שמחה געווען . און סע איז דארט געווען אלערליי זאכן פון שמחה . קאפעלייעס און קאמעדייעס און דעסט גלייכן . און אלדינג וואס סע ניצט נאר צו שמחה . איז אלץ דארט געווען אויף דעם באל .

אז זיי זענען שוין זייער פריילעך געווארן . האט זיך דער מלך אויפגעשטעלט . און האט געזאגט צום זון . באשר איך בין א שטערן זעער . זע איך אז דו וועסט אמאל אראפ פון דער מלוכה . בכן זאלסטו זען אז דו זאלסט נישט האבן קיין עצבות . (דהיינו קיין טרויעריקייט) אז דו וועסט אראפ פון דער מלוכה . נאר דו זאלסט פריילעך זיין . און אז דו וועסט פריילעך זיין וועל איך אויך פריילעך זיין . אפילו אז דו וועסט האבן עצבות . וועל איך אויך פריילעך זיין . וואס דו ביסט קיין מלך נישט . ווארן דו קערסט זיך קיין מלך נישט צו זיין . ווארן דו ביסט זיך נישט פריילעך . (כלומר אז דו ביסט אזוי א מענטש וואס דו קאנסט דיך נישט דערהאלטן אז דו זאלסט תמיד פריילעך זיין אפילו אז דו גייסט אראפ פון דער מלוכה . קערסטו נישט זיין קיין מלך) לושמיר אז דו וועסט פריילעך זיין . וועל איך משונה פריילעך זיין .

האט דער בן מלך אפגענומען די מלוכה זייער שארף . און ער האט זיך געמאכט שרי מלוכה . און האט געהאט דוכסים און שרים און חיל . און דער בן מלך איז געווען א חכם . און ער האט זייער ליב געהאט חכמה . און סע איז ביי אים געווען גרויסע חכמים . און ווער סע איז צו אים געקומען מיט עפעס א חכמה . איז ער ביי איהם זייער חשוב געווען . און ער פלעגט זיי געבן גרויס כבוד און עשירות פאר דער חכמה . וואס איטלעכער האט געוואלט האט ער אים געגעבן . איינער האט געוואלט געלט . האט ער אים געגעבן געלט . איינער האט געוואלט כבוד . האט ער אים געגעבן כבוד . אלץ פאר דער חכמה . און מחמת סע איז ביי אים זייער חשוב געווען חכמה . האבן זיי זיך אלע גענומען צו חכמה . און די גאנצע מדינה האט עוסק געווען אין חכמות . ווארן דער האט געוואלט געלט . כדי ער זאל נעמען געלט דערפאר . און דער האט געוואלט חשיבות און כבוד . און מחמת זיי האבן אלע עוסק געווען נאר אין חכמות . איבער דעם האבן זיי דארט אין דער מדינה פארגעסן תכסיסי מלחמה (כלומר ווי אזוי א מלחמה צו פירן) ווארן זיי האבן אלע עוסק געווען נאר אין חכמות . ביז דער קלענסטער פון דער מדינה . איז געווען דער גרעסטער חכם אין א אנדערע מדינה . און די חכמים פון דער מדינה זענען געווען זייער ווילד גרויסע חכמים . ומחמת די חכמות . זענען די חכמים פון דער מדינה אריינגעפאלן אין אפיקורסות אריין . און האבן דעם בן מלך אויך אריינגעצויגן אין אפיקורסות אריין . לושמיר דעם פראסטן עולם האט דאס נישט געשאט . זיי זענען נישט אריינגעפאלן אין דעם אפיקורסות אריין . ווארן סע געווען א גרויס טיפקייט אין זייער חכמה פון די חכמים . האט דער פראסטער עולם נישט געקאנט אריינגיין אין זייערע חכמות . איבער דעם האט עס זיי נישט געשאט . נאר די חכמים און דער בן מלך זענען אפיקורסים געווארן .

און דער בן מלך מחמת סע איז אין אים געווען טוב . ווארן ער איז געבוירן געווארן מיט טוב . און ער האט געהאט גוטע מדות . פלעגט ער זיך צו דערמאנען אלע מאל . וואו בין איך אין דער וועלט . וואס טו איך . און פלעגט זייער א גרויסן קרעכץ טאן . און פלעגט זייער זיפצן דרויף . ער פלעגט זיך דערמאנען . וואס טייטש איך זאל פארגיין אין אזוינע זאכן . וואס טוט זיך מיט מיר . וואו בין איך אין דער וועלט . און פלעגט זייער זיפצן . לושמיר תיכף ווי באלד ער האט אנגעהויבן צו ניצן מיט זיין שכל . איז ווידער ביי אים שטארק געווארן די חכמות פון אפיקורסות . און אזוי איז געווען כמה פעמים . וואס ער פלעגט זיך אלץ צו דערמאנען וואו איז ער אין דער וועלט . וואס טוט ער וכו' כנ"ל . און פלעגט קרעכצן און זיפצן . נאר תיכף ווי ער האט אנגעהויבין צו ניצן מיט דעם שכל . איז ביי אים ווידער שטארק געווארן דאס אפיקורסות כנ"ל .

ויהי היום . און סע געווען א בריחה אין א מדינה . זענען זיי אלע צולאפן געווארן . ווי זיי זענען אנטלאפן געווארן . זענען זיי געגאנגען דורך א וואלד . האבן זיי דארט פארלוירן צוויי קינדער . א זכר און א נקבה . איינער האט פארלוירן א זכר . און איינער האט פארלוירן א נקבה . און זיי זענען נאך געווען קליינע קינדער . פון פיר פינף יאר . די קינדערלעך האבן נישט געהאט וואס צו עסן . האבן זיי געשריגן און געוויינט . ווארן זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן . דערווייל איז צו זיי אנגעקומען א בעטלער . ער איז געגאנגען מיט די טארבעס . האבן די קינדער אנגעהויבן טשעפען זיך צו אים . און צו טולען זיך צו אים . האט ער זיי געגעבן ברויט . האבן זיי געגעסן . האט ער זיי געפרעגט . פון וואנעט קומט איר אהער . האבן זיי אים געענפערט מיר ווייסן ניט . ווארן זיי זענען געווען קליינע קינדער .

האט ער אנגעהויבן אוועק צו גיין פון זיי . האבן זיי אים געבעטן . אז ער זאל זיי נעמען מיט זיך . האט ער זיי געזאגט דאס וויל איך נישט . אז איר זאלט גיין מיט מיר . דערווייל האבן זיי א קוק געטאן . איז דער בעטלער בלינד . איז ביי זיי א חידוש געווען . אז ער איז בלינד . ווי אזוי ווייסט ער צו גיין (און צום אמת . איז דאס אליין א חידוש . וואס די קינדער איז דאס קשה געווען . ווארן זיי זענען זיך קליינע קינדער געווען . לושמיר זיי זענען געווען קלוגע קינדער . איבער דעם איז דאס ביי זיי א חידוש געווען) האט ער זיי געבענטשט (דער בלינדער בעטלער) . איר זאלט זיין אזוי ווי איך . איר זאלט זיין אזוי אלט ווי איך . און ער האט זיי איבערגעלאזט נאך ברויט . און ער איז זיך אוועקגעגאנגען . האבן די קינדער פארשטאנען . אז השם יתברך האט אויף זיי השגחה געהאט . און ער האט זיי צוגעשיקט אהער א בלינדן בעטלער . ער זאל זיי געבן עסן .

דערנאך איז ביי זיי אויסגעגאנגען דאס ברויט . האבן זיי ווידער אנגעהויבן צו שרייען עסן . דערנאך איז געווארן נאכט . האבן זיי דארט איבערגענעכטיגט . אין דערפרי . האבן זיי ווייטער נישט געהאט צו עסן . האבן זיי געשריגן און געוויינט . דערווייל . איז ווידער אנגעקומען א בעטלער . וואס ער איז געווען א טויבער . האבן זיי אנגעהויבן צו אים צו רעדן . ווייזט ער זיי מיט די הענט און זאגט צו זיי: איך הער גאר נישט . און דער בעטלער האט זיי אויך געגעבן ברויט צו עסן . און האט אנגעהויבן אוועק צו גיין פון זיי . האבן זיי אויך געוואלט . אז ער זאל זיי נעמען מיט זיך . האט ער נישט געוואלט . און ער האט זיי אויך געבענטשט . אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך . און האט זיי אויך געלאזט ברויט . און איז זיך אוועקגעגאנגען .

דערנאך איז ביי זיי דאס ברויט אויך אויסגעגאנגען . האבן זיי ווידער געשריגן כנ"ל . איז ווידער געקומען צו זיי א בעטלער . וואס ער איז געווען א כבד פה . (כלומר ער האט געשטאמפלט מיט דעם מויל) האבן זיי אנגעהויבן מיט אים צו שמועסן . האט ער געשטאמפלט זיינע רייד . האבן זיי נישט געוואוסט וואס ער רעדט . און ער האט יא געוואוסט וואס זיי רעדן . נאר זיי האבן נישט געוואוסט וואס ער רעדט . ווארן ער האט געשטאמפלט . האט דער בעטלער זיי אויך געגעבן ברויט צו עסן . און איז זיך אויך אוועקגעגאנגען און האט זיי אויך געבענטש . אז זיי זאלן זיין ווי ער . און איז זיך אוועקגעגאנגען כנ"ל . דערנאך איז ווידער געקומען א בעטלער . וואס ער האט געהאט א קרומען האלדז . איז אויך אזוי געווען כנ"ל . דערנאך איז ווידער געקומען א בעטלער . א הויקער . דערנאך איז ווידער געקומען א בעטלער . אן הענט . דערנאך איז געקומען א בעטלער . אן פיס . און איטלעכער האט זיי געגעבן ברויט . און האט זיי געבענטש . אז זיי זאלן זיין אזוי ווי ער . גאר אזוי ווי יענע בעטלערס כנ"ל .

דערנאך . איז ביי זיי ווייטער דאס ברויט אויסגעגאנגען . האבן זיי אנגעהויבן צו גיין אין ישוב אריין . ביז זיי זענען געקומען צו א וועג . זענען זיי געגאנגען מיט דעם וועג . ביז זיי זענען געקומען צו א דארף . זענען די קינדער אריינגעגאנגען אין א שטוב אריין . האט מען אויף זיי רחמנות געהאט . און מע האט זיי געגעבן ברויט . זענען זיי ווייטער אין א שטוב אריינגעגאנגען . האט מען זיי דארט אויך געגעבן ברויט . פלעגן זיי גיין אין די הייזער . האבן זיי געזען סע גוט . מע גיט זיי ברויט . האבן די קינדער צווישן זיך געמאכט אז זיי זאלן תמיד זיין אין איינעם . און זיי האבן זיך געמאכט גרויסע טארבעס . און זענען געגאנגען אין די הייזער . און זענען געגאנגען אויף אלע שמחות . אויף ברית'ן און אויף חתונות . און זיי זענען געגאנגען ווייטער . און זענען געגאנגען אין שטעט אריין . און זענען געגאנגען אין די הייזער . און זענען געגאנגען אויף די ירידים . און פלעגן זיצן צווישן די בעטלערס . אזוי ווי זי זיצן דארט אויף די פריזבעס מיט די טעלער . ביז די קינדער זענען שוין געווען מפורסמים ביי אלע בעטלערס . ווארן אלע האבן זיי געקאנט . און האבן פון זיי געוואוסט . אז דאס זענען די קינדערלעך . וואס זי זענען פארפאלן געווארן אין וואלד כנ"ל .

אמאל איז געווען א גרויסער יריד . אין א גרויסער שטאט . זענען אהין געגאנגען אלע בעטלערס . און די קינדער זענען אויך אהין געגאנגען . איז געקומען די בעטלערס אויף דער דעה . אז זיי זאלן משדך זיין די צווי קינדער . אז זיי זאלן זיך איינס דאס אנדערע נעמען . און תיכף ווי מע האט אנגעהובן דערפון צו שמועסן . איז דאס זיי אלע זייער געפעלן . האט מען זיי משדך געווען . לושמיר ווי מאכט מען זיי חתונה . האבן זיי זיך מיישב געווען . באשר אין דעם און דעם טאג . וועט זיין ביים מלך מינינעס . וועלן אהין גיין אלע בעטלערס וועלן זיי זיך דארטן אויסבעטן קויליטש און פלייש . דערפון וועט מען זיי מאכן חתונה . איז אזוי געווען . זענען אלע בעטלערס געגאנגען אויף די מינינעס . און האבן זיך אויסגעבעטן פלייש און ברויט . און זיי האבן נאך פארנומען וואס סע איז געבליבן פון דער סעודה . פלייש און קויליטש . און זענען געגאנגען . און האבן זיך אויסגעגראבן . א גרויסן גרוב . וואס סע זאל אין אים קענען אריין הונדערט מענטשן . און זיי האבן אים צוגעדעקט מיט פרוטעס . און מיט ערד און מיט מיסט . און זיי זענען אהין אלע אריינגעגאנגען . און זיי האבן דארט געמאכט חתונה די קינדער . און זיי האבן זיי געשטעלט א חופה . און זיי זענען דארט זייער זייער פריילעך געווען . און די חתן כלה זענען אויך זייער פריילעך געווען .

רעדאקטירן

האבן זיך חתן כלה אנגעהויבן צו דערמאנען . די חסדים וואס השי"ת האט מיט זיי געטאן . אז זיי זענען געווען אין וואלד . און זיי האבן אנגעהויבן צו וויינען . און האבן זייער געבענקט . ווי נעמט מען דא דעם ערשטן בעטלער . דעם בלינדן . וואס ער האט אונז געבראכט ברויט אין וואלד . ווי זיי האבן אזוי געבענקט . נאך דעם בלינדן בעטלער . דערווייל רופט ער זיך אן . איך בין דא . איך בין געקומען צו אייך אויף דער חתונה . און איך שענק אייך דרשה געשאנק . אז איר זאלט זיין אזוי אלט ווי איך . ווארן פריער האב איך אייך דאס געוואונטשן . אז איר זאלט זיין אזוי אלט ווי איך . היינט שענק איך אייך דאס דאזיגע במתנה גמורה דרשה געשאנק . אז איר זאלט זיין אזוי אלט ווי איך . איר מיינט . אז איך בין א בלינדער . איך בין גאר נישט בלינד . נאר די גאנצע וועלט . טרעפט ביי מיר נישט אן כהרף עין . (דהיינו ווי א אויגנבליק . איבער דעם האט ער א פנים ווי בלינד . ווארן ער טוט גאר קיין שום קוק אין דער וועלט נישט אריין . ווארן די גאנצע וועלט טרעפט ביי אים גאר נישט אן . אפילו ווי א אויגנבליק . איבער דעם געשיקט זיך ביי אים גאר נישט קיין זען . און קיין קוק אין דער וועלט) . ווארן איך בין זייער אלט . און איך בין נאך גאר יונג . און איך האב נאך גאר נישט אנגעהויבן צו לעבן . און בין פארט זייער אלט . און נישט איך אליין זאג דאס . נאר איך האב א הסכמה דרויף פון דעם גרויסן אדלער . איך וועל אייך דערציילן א מעשה . (דאס רעדט אלץ דער בלינדער בעטלער) .

אמאל זענען געגאנגען מענטשן אויף א סאך שיפן . אויף דעם ים . איז געקומען א רוח סערה . (דהיינו א שטורעם ווינט) און האט צובראכן די שיפן . און די מענטשן זענען ניצול געווארן . זענען די מענטשן געקומען צו א טורעם . זענען זיי ארויף אויף דעם טורעם . און זיי האבן דארט געפונען אלערליי מאכלים . און משקאות . און מלבושים . און וואס מע באדארף . און סע איז דארט געווען כל טוב . און אלע תענוגים וואס אין דער וועלט . האבן זיי זיך אנגערופן אז איטלעכער זאל דערציילן אן אלטע מעשה . וואס ער געדענקט נאך פון דעם ערשטן זיכרון . דהיינו וואס ער געדענקט זינט סע האט זיך ביי אים אנגעהויבן דער זכרון . איז דארטן געווען אלטע און יונגע . האט מען מכבד געווען . דעם גרעסטן זקן וואס סע געווען צווישן זיי . אז ער זאל צום ערשטן דערציילן . האט ער זיך אנגערופן (דהיינו דער עלצטער זקן) . וואס זאל איך אייך דערציילן . איך געדענק נאך . אז מע האט אפגעשניטן דאס עפעלע פון דער צווייג . האט קיינער נישט פארשטאנען וואס ער זאגט . לושמיר סע איז דארט געווען חכמים . האבן זיי געזאגט . אווא . דאס איז א גאנצע אלטע מעשה . האט מען דערנאך מכבד געווען דעם אנדערן זקן . וואס ער איז געווען יינגער פון דעם ערשטן . אז ער זאל דערציילן .

האט זיך דער אנדערער אנגערופן . אט דאס איז אן אלטע מעשה? (מיט א לשון ווי איינער פארוואונדערט זיך) . איך געדענק די מעשה . און איך געדענק נאך אפילו אז דאס לעכט האט געברענט . האבן זיי זיך דארט אנגערופן . האט דאס איז נאך אן עלטערע מעשה פון דער ערשטער . און סע איז ביי זיי א חידוש געווען . וואס דער אנדערער איז זיך יינגער . און געדענקט אן עלטערע מעשה פון דעם ערשטן . דערנאך האט מען מכבד געווען דעם דריטן זקן . אז ער זאל דערציילן .

און דער דריטער איז נאך יינגער געווען . האט דער דריטער זיך אנגערופן . איך געדענק נאך אפילו אז סע האט זיך גאר אנגעהויבן דער בנין פון דער פרי אז די פרי האט גאר אנגעהויבן צו ווערן א פרי . האבן זיי זיך אנגערופן דארט . דאס איז זיך נאך אן עלטערע מעשה . דערנאך האט זיך דער פערדער זקן אנגערופן . וואס ער איז נאך יינגער געווען . איך געדענק נאך אפילו אז מע האט געפירט דאס קערנדל מע זאל פלאנצן די פרי . האט זיך דער פיפטער אנגערופן . וואס ער איז נאך יינגער געווען . איך געדענק נאך אפילו די חכמים וואס זיי האבן אויסגעטראכט דאס קערנדל . האט זיך דער זעקסטער . וואס ער איז נאך יינגער געווען . אנגערופן . איך געדענק נאך אפילו דעם טעם פון דער פרי . איידער דער טעם איז אריין אין דער פרי . האט זיך דער זיבעטער אנגערופן . איך געדענק נאך אפילו דעם ריח פון דער פרי . איידער דער ריח איז אריין אין דער פרי . האט זיך דער אכטער אנגערופן . איך געדענק נאך אפילו די מראה פון דער פרי . איידער די מראה איז ארויף אויף דער פרי .

און איך בין נאך דעמאלט געווען גאר א קינד . (דהיינו דער בלינדער בעטלער וואס ער דערציילט דאס אלץ) און איך בין אויך דארט געווען האב איך מיך אנגערופן . איך געדענק די אלע מעשיות . און איך געדענק גאר נישט . האבן זיי זיך אנגערופן . האט דאס איז א גאנצע אלטע מעשה . עלטער פון אלע . און סע איז ביי זיי א גרויס חידוש געווען . וואס דאס קינד געדענקט מער פון אלע .

דערווייל איז אנגעקומען א גרויסער אדלער . און האט אנגעקלאפט אויף דעם טורעם . און ער האט צו זיי געזאגט . הערט אויף צו זיין ארעמע לייט . קערט אייך אום צו אייערע אוצרות . און ניצט מיט אייערע אוצרות . און ער האט צו זיי געזאגט . אז זיי זאלן ארויסגיין פון דעם טורעם עלטער נאך עלטער . ווער סע עלטער זאל פריער ארויסגיין . האט ער זיי אלע ארויסגענומען פון דעם טורעם . האט ער פריער דאס קינד ארויסגענומען . ווארן צום אמת איז ער זיך עלטער פון זיי אלע . און ווער סע איז יינגער געווען האט ער אים פריער ארויסגענומען . און דעם עלצטן זקן . האט ער גאר צום סוף ארויסגעפירט . ווארן ווער סע איז געווען יינגער . דער איז זיך געווען עלטער . (ווארן וואס יינגער האט ער זיך . אלץ אן עלטערע מעשה דערציילט) . און דער עלצטער זקן דער איז געווען יינגער פון זיי אלע .

האט זיך דער גרויסער אדלער צו זיי אנגערופן . איך וועל אייך מפרש זיין די אלע מעשיות . וואס די אלע האבן דערציילט . דער האט דערציילט אז ער געדענקט נאך . אז מע האט אפגעשניטן דאס עפעלע פון דער צווייג . מיינט ער . ער געדענקט נאך אפילו אז מע האט אים אפגעשניטן דעם נאפל . (כלומר אפילו דאס וואס מיט אים האט זיך געטאן תיכף ווי ער איז געבוירן געווארן . אז מע האט אים אפגעשניטן דעם נאפל . אפילו דאס געדענקט ער אויך) און דער אנדערער . וואס ער האט געזאגט . ער געדענקט נאך אפילו אז דאס לעכט האט געברענט . מיינט ער . ער געדענקט נאך אז ער איז געווען בעיבור . וואס דעמאלט ברענט א לעכט אויף דעם קאפ . (ווארן אזוי שטייט אין דער גמרא אז דעמאלט אז דאס קינד איז ביי דער מוטער אין בויך . דעמאלט ברענט א לעכט אויף זיין קאפ וכו') און דער וואס ער האט געזאגט אז ער געדענקט נאך אפילו אז סע האט אנגעהויבן צו ווערן א פרי . דאס איז . ער געדענקט נאך אפילו ווי זיין גוף האט אנגעהויבן צו ווערן . דעמאלט אז דאס קינד הייבט נאר אן באשאפן צו ווערן . און דער געדענקט נאך . דעמאלט . אז מע האט געפירט דאס קערנדל צו פלאנצן די פרי . דאס איז . ער געדענקט נאך אפילו ווי די טפה איז נמשך געווארן . און דער געדענקט נאך די חכמים וואס זיי האבן אויסגעטראכט דאס קערנדל . מיינט ער . ער געדענקט נאך . אפילו אז די טפה איז נאך געווען אין מח . און דער געדענקט נאך דעם טעם . דאס איז דאס נפש . און דער ריח . דאס איז דער רוח . און די מראה . דאס איז די נשמה . און דאס קינד האט געזאגט ער געדענקט גאר נישט . ווארן ער איז גרעסער פון זיי אלע . און ער געדענקט אפילו וואס סע געווען פאר נפש רוח ונשמה . דרום האט ער געזאגט . ער געדענקט גאר נישט (כלומר ער געדענקט נאך אז סע גאר נישט געווען . געדענקט ער אפילו וואס דארט האט זיך געטאן וואס דאס איז העכער פון אלע) .

און דער גרויסער אדלער האט צו זיי געזאגט . קערט אייך אום צו אייערע שיפן . דאס זענען אייערע גופין וואס זיי זענען צובראכן געווארן . זיי וועלן ווידער געבויעט ווערן . היינט קערט אייך אום צו זיי . און ער האט זיי געבענטשט . און צו מיר . (דהיינו צום בלינדן בעטלער וואס ער דערציילט דאס אלץ) האט ער געזאגט . (דהיינו דער גרויסער אדלער) דו קום מיט מיר ווארן דו ביסט אזוי ווי איך . ווארן דו ביסט זייער אלט . און גאר יונג . און דו האסט נאך גאר נישט אנגעהויבן צו לעבן און דו ביסט פארט זייער אלט . און איך בין אויך אזוי . ווארן איך בין זייער אלט . און בין נאך גאר יונג וכו' . נמצא האב איך א הסכמה פון דעם גרויסן אדלער . אז איך בין זייער אלט און בין גאר יונג וכו' . היינט שענק איך אייך במתנה גמורה דרשה געשאנק . אז איר זאלט זיין אזוי אלט ווי איך . איז דארט געווארן א גרויסע שמחה און זייער א גרויסע חדוה . און זיי זענען זייער פריילעך געווען .

אין דעם אנדערן טאג פון שבעת ימי המשתה. האבן זיך די חתן כלה ווידער דערמאנט. אין דעם אנדערן בעטלער. וואס ער איז געווען א טויבער וואס ער האט זיי מחיה געווען. און האט זיי געגעבן ברויט. און זיי האבן געוויינט און געבענקט. ווי נעמט מען דא אהער דעם טויבן בעטלער וואס ער האט אונז מחיה געווען. דערווייל. ווי זיי האבן אזוי געבענקט נאך אים. דערווייל קומט ער אריין. און זאגט איך בין דא. און איז אויף זיי ארומגעפאלין און האט זיי געקושט. און ער האט צו זיי געזאגט. היינט שענק איך אייך במתנה. אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך, אז איר זאלט לעבן אזוי א חיים טובים (כלומר א גוט לעבן) אזוי ווי איך. ווארן פריער האב איך אייך געבענטשט דערמיט. היינט שענק איך אייך מיין חיים טובים במתנה גמורה דרשה געשאנק: איר מיינט אז איך בין טויב, איך בין גאר נישט טויב, נאר די גאנצע וועלט טרעפט ביי מיר גאר נישט אן אז איך זאל הערן זייער חסרון. ווארן גאר אלע קולות פון דער וועלט. זענען אלע נאר פון חסרונות. ווארן איטלעכער שרייט אויף זיין חסרון. דהיינו אויף דעם וואס סע גייט אים אפ. און אפילו אלע שמחות פון דער וועלט, זענען אלע נאר פון חסרונות, וואס מע פרייט זיך אויף דעם וואס סע איז אים אפגעגאנגען, און היינט האט ער דאס וואס סע איז אים אפגעגאנגען. און ביי מיר טרעפט די גאנצע וועלט גאר נישט אן. אז איך זאל הערן זייער חסרון. ווארן איך לעב אזוי א חיים טובים וואס סע האט גאר קיין שום חסרון נישט. און איך האב א הסכמה דרויף אז איך לעב חיים טובים, פון דער מדינה פון עשירות. און זיין חיים טובים איז געווען, ער האט געגעסן ברויט און געטרונקען וואסער. (האט ער זיי דערציילט).

באשר סע פארהאנדן א מדינה וואס אין איר איז גרויס עשירות, זיי האבן גרויסע אוצרות. אמאל זענען זיי זיך צונויפגעקומען די עשירים, האט זיך אטלעכער אנגעהויבן צו בארימען מיט זיין חיים טובים, ווי אזוי ער לעבט חיים טובים. און איטלעכער האט דערציילט דער סדר פון זיין חיים טובים. האב איך מיך אנגערופן און האב געזאגט צו זיי (דהיינו דער טויבער בעטלער וואס ער דערציילט דאס אלץ) איך לעב חיים טובים בעסערע פון אייך. והא ראיה, ווארן אז איר לעבט חיים טובים העלפט זע דער מדינה. ווארן סע פארהאנדן א מדינה וואס זיי האבן געהאט א גארטן, און אין דעם גארטן איז געווען פירות וואס זיי האבן געהאט אלערליי טעמים וואס אין דער וועלט, און זיי האבן געהאט אלערליי ריחות וואס אין דער וועלט, און סע דארט געווען אין דעם גארטן אלערליי מראות וואס פאר א פארב, און אלע קווייטן[1] וואס אין דער וועלט. איז אלץ געווען דארט אין דעם גארטן.

און סע גיווען איבער דעם גארטין איין א גראדניק (דהיינו דער וואס ער זעהט צו דעם גארטין) פלעגט די מדינה צו לעבין חיים טובים דארך דעם גארטין. איז דארט דער אגראדניק פארפאלין גיווארין. מיילא וואס סע איז דארט דא אין דעם גארטין. מוז בוודאי שוין גאר צו נישט ווערין ווארין סע איז זיך שוין ניט דא דער אגראדניק. וואס ער זאל דעם גארטין צו זעהן און זאל זיך פארין ארום אים וואס מע באדארף ארום דעם גארטין צו טאן. לושמיר זיי וואלטין נאך גיקאנט לעבין פון די ספיחים פון דעם גארטין (דהיינו פון דער ווידער וואקסונג. דהיינו דאס וואס סע וואקסט אין א גארטין אליין פון דעם וואס סע פאלט אראפ) איז אנגיקומען א מלך אכזר (כלומר איין אום דערבארימיקער) אויף דער מדינה און דער מלך האט זיי גאר ניט גיקענט טאן. איז ער גיגאנגען און האט זיי כליא גימאכט די חיים טובים פון דער מדינה וואס זיי האבין פון דעם גארטין. און ניט ער האט כליא גימאכט דעם גארטין. נאר ער האט איבער גילאזט אין דער מדינה. דריי כתות קנעכט. און ער האט זיי אן גיזאגט. אז זיי זאלין טאן דאס וואס ער האט זיי גיהייסין. און דורך דעם וואס זיי האבין דארט גיטאן. דאס וואס דער מלך האט זיי גיהייסין. דורך דעם. האבין זיי כליא גימאכט דעם טעם. ווארין דורך דעם וואס זיי האבין דארט גיטאן. דורך דעם האבין זיי גימאכט. אז ווער סע וועט וועלין פילין א טעם. זאל דאס האבין א טעם פון נבילה. און אזוי האבין זיי כליא גימאכט דעם ריח אז אלע ריחות זאלין האבן א ריח פון חלבנה. און אזוי האבין זיי כליא גימאכט די מראה. ווארין זיי האבין גימאכט. אז סע זאל זיין טונקיל אין די אויגין. אזוי ווי סע איז אז סע וואלקינדיק. (דאס האבין די דריי כתות קנעכט אלץ אנגיארבעט אין דער מדינה דארך דעם וואס זיי האבין דארט גיטאן וואס דער מלך האט זיי גיהייסין כנ"ל). היינט אז איר לעבט חיים טובים העלפט זע דער מדינה. (אזוי זאגט אלץ דער טויבער בעטלער צו דער מדינה פון עשירות וואס זיי האבין זיך בארימט אז זיי לעבין חיים טובים כנ"ל) און איך זאג אייך אז איר וועט זיי ניט העלפין. וועט עס אייך אויך שאטין. (דהיינו דאס וואס ביי דער מדינה איז כליא גיווארין די מראה און דער טעם און דער ריח. דאס וועט אייך אויך דער לאנגען).

האבין זיך אויף גיהויבין די עשירים הנ"ל. און זענען גיגאנגען צו דער מדינה און איך בין אויך מיט זיי גיגאנגען. און אויף דעם וועג האבין זיי אויך גילעבט איטליכער זיין חיים טובים ווארין זיי האבין גיהאט אוצרות כנ"ל. ווי זיי זענען גיקומען נאהנט צו דער מדינה. האט אנגיהויבין ביי זיי אויך כליא צו ווערין. דער טעם און די איבריקע זאכין האבין זיי דערפילט אז סע איז ביי זיי כליא גיווארן. האב איך מיך אנגירופין צו זיי. מיידוך היינט אז איר זענט נאך ניט אריין גיגאנגען אין דער מדינה. איז שוין ביי אייך כליא גיווארין דער טעם און די מראה און דער ריח. ווי וועט שוין זיין. אז איר וועט אהין אריין גיין. און מכל שכן ווי קאנט איר זיי נאך העלפין. האב איך גינומען מיין ברויט און מיין וואסער. און האב זיי גיגעבן. האבין זיי גיפילט אין מיין ברויט און וואסער אלע טעמים (און אלע ריחות וכו') און סע איז ביי זיי פאררעכט גיווארין וואס סע איז ביי זיי כליא גיווארין. (דהיינו דער טעם און די מראה און דער ריח). און יענע מדינה. דהיינו די מדינה וואס ביי זיי איז גיווען דער גארטין (וואס ביי זיי האט מען כליא גימאכט דעם טעם וכו' כנ"ל) האבין זיי זיך אנגיהויבין ארום צו קוקין אז זיי זאלין פאר רעכטין די מדינה וואס ביי זיי איז כליא גיווארין דעם טעם וכו' האבין זיי זיך מיישב גיווען. באשר סע איז פארהאנדין א מדינה פון עשירות (דהיינו טאקע די מדינה פון עשירות הנ"ל וואס דער בעטלער האט מיט זיי גישמוסט כנ"ל) איז זיי גיפעלין (דהיינו דער מדינה וואס דער גארטין איז דארטין גיווען איז זיי גיפעלין) אז דער אגראדניק זייערער וואס ער איז פארפאלין גיווארין (וואס דורך אים האבן זיי גילעבט חיים טובים) איז ער פון איין שורש מיט דער מדינה פון עשירות. וואס זיי לעבין אויך חיים טובים. איבער דעם איז זיי גיפעלין די עצה. אז זיי זאלין שיקין צו דער מדינה פון עשירות. זיי וועלין זי בוודאי העלפין. האבין זיי אזוי גיטאן. און זיי האבין גישיקט שלוחים צו דער מדינה פון עשירות. זענען די שלוחים גיגאנגען האבין זיי איינס דאס אנדערע באגעגינט. (דהיינו די שלוחים האבין זיך באגעגינט מיט דער מדינה פון עשירות אויף דעם וועג. ווארין די מדינה פון עשירות האט זיך צו זיי גיוואלט גיין כנ"ל) האבין זיי גיפרעגט די שלוחים וואו הין גייט איר. האבין זיי גיענפערט מיר גייען צו דער מדינה פון עשירות אז זיי זאלין אונז העלפין. האבין זיי זיך אנגירופין. מיר זענען דאס אליין די מדינה פון עשירות. און מיר גייען צו אייך. האב איך מיך אנגירופין (דהיינו דער טויבער בעטלער וואס ער דערציילט דאס אלץ) צו זיי. איר באדארפט זיך צו מיר. ווארין איר קאנט זיך ניט גיין אהין און זאלט זיי העלפין כנ"ל. (ווארין אז זיי זענען נאר גיווען נאהנט צו דער מדינה האט זיי אליין שוין אויך גישאט. מכל שכן וכו' כנ"ל) בכן בלייבט איר דא און איך וועל גיין מיט די שלוחים. צו העלפין זיי.

בין איך גיגאנגען מיט די שלוחים. און בין גיקומען אין דער מדינה אריין. בין איך אריין גיקומען אין א שטאט אריין. האב איך גיזעהן. סע קומען מענטשן. און סע זאגט איינער א ווערטיל. און דערנאך זענען נאך צו גיקומען מענטשן ביז סע גיווארין א רעדיל מענטשן און זיי האבין גיזאגט ווערטליך. און זיי האבין גילאכט האב איך מיך צו גיהערט וואס שמוסין זיי. האב איך גיהערט. זיי ריידין ניבול פה. און דער זאגט א ווערטיל פון ניבול פה. און דער זאגט אביסיל איידלער און דער לאכט און דער האט הנאה און דעסט גלייכין אזוי ווי דער שטייגער איז. דערנאך בין איך ווייטער גיגאנגען אין איין אנדערע שטאט. (פון דער מדינה) האב איך גיזעהן צוויי מענטשן קריגין זיך. איינער מיט דעם אנדערין. מחמת עפעס א משא ומתן. זענען זיי גיגאנגען צום בית דין זיך לדון. האט זיי דאס בית דין גיפסקי'ט. דער איז זכאי און דער איז חייב. זענען זיי ארויס גיגאנגען פון דעם בית דין דערנאך האבין זיי זיך ווידער צוקריגט. און האבין גיזאגט אז זיי ווילין שוין ניט דאס בית דין נאר זיי ווילין איין אנדער בית דין. האבין זיי זיך אויסגיקליבן איין אנדער בית דין. האבין זיי זיך גילאדין פאר יענעם בית דין. דערנאך האט זיך ווידער צו קריגט איינער פון די דאזיגע מיט איין אנדערין האבין זיי זיך ווידער אויסגיקליבן איין אנדער בית דין. און אזוי האבן זיי זיך דארט ווייטער צו קריגט. דער מיט דעם. און דער מיט דעם. און זיי האבין זיך אויסגיקליבן אלע מאל איין אנדער בית דין. ביז די גאנצע שטאט איז פול גיווען מיט בתי דינים. האב איך א קוק גיטאן. האב איך גיזעהן. אז דאס איז מחמת סע איז דארט קיין אמת ניט דא. און היינט איז דער מטה דין און איז נושא פנים צו דעם. (כלומר ער חנפיט יענעם און פסקי'ט אים צו) און דערנאך איז יענער נושא פנים אים (כלומר דערנאך פסקי'ט יענער ווידער אים צו) ווארין זיי נעמען שוחד און סע איז ביי זיי קיין אמת ניט דא.

דערנאך האב איך גיזעהן אז זיי זענען פול מיט ניאוף און סע איז דארט זייער פיל ניאוף ביז סע איז שוין גאר ביי זיי גיווארין ווי א היתר. האב איך זיי גיזאגט. אז דער איבער איז ביי זיי כליא גיווארין. דער טעם און דער ריח און די מראה ווארין דער מלך דער אכזר הנ"ל. ער האט ביי זיי איבער גילאזט. די דריי כתות קנעכט הנ"ל. אז זיי זאלין אום גיין און זיי זאלין כליא מאכין די מדינה. ווארין זיי זענען אום גיגאנגען און האבין גירעט צווישן זיי ניבול פה. און זיי האבין אריין גיבראכט ניבול פה אין דער מדינה אריין. און דורך ניבול פה איז ביי זיי דורך דעם כליא גיווארין דעם טעם אז אלע טעמים האבין איין טעם פון נבילה. און אזוי האבין זיי אריין גיבראכט שוחד אין דער מדינה אריין און דורך דעם איז ביי זיי כליא גיווארין די מראה און סע איז ביי זיי טונקיל גיווארין אין די אויגין. ווארין אזוי שטייט כי השוחד יעור עיני חכמים. כלומר שוחד מאכט בלינד די אויגין. און אזוי האבן די קנעכט אריין גיבראכט ניאוף אין דער מדינה. און דורך דעם איז כליא גיווארין דער ריח ווארין דורך ניאוף ווערט כליא דער ריח. (און דאס האט עס דער מלך אכזר איבער גילאזט דריי כתות קנעכט אין דער מדינה. און האט זיי גיהייסין אז זיי זאלין אום גיין און זיי זאלין אריין ברענגען די דריי עבירות אין דער מדינה. און דורך דעם איז ביי זיי כליא גיווארן די מראה און דער טעם און דער ריח כנ"ל) בכן זאלט איר זעהן פאר רעכטין די מדינה פון די דריי עבירות. און איר זאלט נאך זוכין נאך די מענטשן (דהיינו נאך די קנעכט וואס זיי האבין עס אריין גיבראכט די דריי עבירות אין דער מדינה כנ"ל) און איר זאלט זיי פארטרייבין. און אז איר וועט אזוי טאן. און איר וועט אפרייניקן די מדינה פון די דריי עבירות זאג איך אייך. אז לא די וואס סע וועט ביי אייך פאר רעכט ווערן דער טעם און די מראה און דער ריח, נאך מער. אפילו דער אגראדניק וואס ער איז ביי אייך פארפאלין גיווארן. וועט ער זיך אויך קאנען אפזוכין. האבן זיי אזוי גיטאן. און זיי האבין אנגיהובין צו רייניקין די מדינה פון די דריי עבירות. און זיי האבין נאך גיזוכט נאך די מענטשן. (דהיינו נאך די קנעכט הנ"ל) און זיי האבין אנגיכאפט א מענטשן. און זיי האבין אים גיפרעגט. פון וואנעט קומסטו אהער. ביז זיי האבן גיחאפט די מענטשן פון דעם מלך אכזר. (דהיינו די דריי כתות קנעכט הנ"ל) און זיי האבין די מענטשן ארויס גיטריבן. און זיי האבין אפגירייניקט די מדינה פון די עבירות. דערווייל איז גיווארן א רעש. אפשר איז פארט דער משוגענער דער אגראדניק. ווארין סע גייט אום א משוגענער. און ער זאגט אלץ אז ער איז דער אגראדניק און איטליכער האלט אים פאר משוגע. און מע ווארפט אים נאך שטיינער. און מע טרייבט אים אוועק. טאמער פארט איז טאקע ער דער אגראדניק. איז מען גיגאנגען און מע האט אים גיבראכט. האב איך גיזגט (דהיינו דער בעטלער דער טויבער וואס ער דערציילט דאס אלץ) א וודאי איז ער דער אגראדניק (דהיינו דער וואס זיי האבין פריר גיזאגט אז ער איז משוגע).

נמצא האב איך א הסכמה פון דארט אז איך לעב חיים טובים ווארין איך האב זיך פאר רעכט די מדינה (און דארך אים האט זיך זיי אפילו דער אגראדניק אפגיזוכט. האבין זיי ווידער גילעבט חיים טובים כנ"ל) היינט שענק איך אייך במתנה מיין חיים טובים. איז דארט גיווארין זייער א גרויסע שמחה און א גרויסע חדוה. און זיי זענען זייער פרייליך גיווארן: דער ערשטער האט זיי גישענקט חיים ארוכים דהיינו לאנג לעבין און דער אנדערער האט זיי גישענקט חיים טובים. דהיינו גוט לעבין. און אזוי אלע בעטלערס זענען אלע דערנאך גיקומען אויף דער חתונה און האבין זיי גישענקט דרשה גישאנק דאס דאזיגע וואס זי האבין זיי פריר גווינטשן אז זיי זאלין זיין אזוי ווי זיי. און היינט האבין זיי דאס גישענקט זיי במתנה גמורה דרשה גישאנק.

דעם דריטין טאג. האבין זיך חתן כלה ווידער דערמאנט. און האבין גיוויינט און גיבענקט. ווי נעמט מען דא. דעם דריטן בעטליר. וואס ער איז גיווען א כבד פה (דהיינו ער האט גישטאמפילט מיט דעם מויל) דערווייל קומט ער אריין און זאגט. איך בין דא. און איז זיי ארום גיפאלין. און האט זיי גיקושט און ער האט זיי אויך אזוי גיזאגט כנ"ל. פריר האב איך אייך גיבענטשט. אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך. היינט שענק איך אייך דרשה גישאנק. אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך. איר מיינט איך בין א כבד פה. איך בין גאר קיין כבד פה ניט. נאר די דיבורים פון דער וועלט וואס זיי זענען ניט קיין שבחים צום אייבירשטן האבין קיין שלימות ניט (כלומר דריבער האט ער א פנים ווי א כבד פה. וואס קען ניט ריידין. ווארין ער וויל גאר ניט ריידן קיין שום ווארט פון דער וועלט. וואס סע איז ניט קיין לויב צו השם יתברך. ווארין די רייד וואס ניט קיין לויב צו השם יתברך האבין קיין שלימות ניט. איבער דעם שטאמפילט ער אין די רייד) אבער צום אמת בין איך גאר קיין כבד פה ניט. אדרבא. איך בין א מליץ און א דברן דהיינו א ריידער. זייער א וואוילער וואס סע איז א ווילד חידוש. און איך קאן ריידין חידות און שירים און לידער וואס זיי זענען ווילדע חידושים. וואס אז איך הייב אן צו ריידין מיינע חידות מיט מיינע שירים מיט מיינע לידער. איז גאר ניט פארהאנדין קיין שום נברא אין דער וועלט וואס ער זאל מיך ניט וועלין הערין (כלומר סע ניט דא קיין שום באשעפעניש אין דער וועלט וואס סע זאל ניט וועלין הערין זיינע שירים וכו') און סע איז אין זיי דא (דהיינו אין די חידות און אין די שירים וואס ער זאגט) כל החכמות. און איך האב איין הסכמה דראף. פון דעם גרויסין מאן וואס ער הייסט דער אמתיר איש חסד.

ווארין אמאל, זענען גיזעסין אלע חכמים און איטליכער האט זיך בארימט מיט זיין חכמה. איינער האט זיך בארימט. ער האט ארויס גיבראכט מיט זיין חכמה. אייזין. (דהיינו דאס וואס מען זאל קענען מאכין אייזין פון דער ערד דאס האט ער ארויס גיבראכט אויף דער וועלט) און דער האט זיך בארימט ער האט ארויס גיבראכט איין אנדער מין מתכת (דהיינו איין אנדער מין אייזין ווארג. צין אדער בליי וכו') און דער האט זיך בארימט. ער האט ארויס גיבראכט מיט זיין חכמה זילבער. דאס איז שוין חשובער (דהיינו דאס וואס מע קאן מאכין זילבער. דאס האט ער ארויס גיבראכט) און דער האט זיך בארימט. ער האט ארויס גיבראכט. מע זאל קענען מאכין גאלד. און דער האט זיך בארימט. ער האט ארויס גיבראכט כלי מלחמה. (דהיינו די כלים וואס מע האלט מיט זיי מלחמה. דהינו ביקסן און הורמאטיס און דעסט גלייכין די חכמה צו מאכין די כלים דאס האט ער ארויס גיבראכט) און דער האט זיך בארימט. ער קאן מאכין די אייזין ווארג. ניט פון די זאכין. וואס זיי מאכין דערפון די אייזין ווארג. און דער האט זיך בארימט מיט אנדערע חכמות. ווארין סע איז פארהאנדין כמה זאכין אויף דער וועלט. וואס מע האט ארויס גיבראכט דורך חכמות. דהיינו סאליטרע און פילוויר און דעסט גלייכין האט זיך איטליכער בארימט מיט זיין חכמה.

האט זיך דארט איינער אנגירופין איך בין קלוגער פון אייך. ווארין איך בין קלוג ווי דער טאג. האט מען דארט ניט פארשטאנען וואס ער זאגט. ער איז קלוג ווי דער טאג. האט ער זיך צו זיי אנגירופן. ווארן אלע אייערע חכמות. קאן מען זיי צום אויף נעמען. וועט פון זיי מער ניט זיין. נאר איין שעה. כאטשע איטליכע חכמה נעמט זיך פון איין אנדערין טאג. וועדליג די בריאה וואס סע גיווען אין איטליכן טאג. ווארין אלע חכמות זענען זיך הרכבות (דהיינו מע מישט צום אויף עטליכע זאכין אין איינעם און דערפון מאכט מען די זאך. איבער דעם נעמט זיך איטליכע חכמה פון דעם טאג. וואס אין דעם טאג האט גאט באשאפין די זאכין וואס דערפון נעמט מען די מאטעריעס און מע מישט אויס מיט חכמה און מע מאכט די זאך וואס מע וויל מאכין זילבער אדער קופער און דעסט גלייכין) פון דעסט וועגין פארט קאן מען מיט חכמה צום אויף נעמען אלע אייערע חכמות וועט פון זיי מער ניט זיין נאר איין שעה. אבער איך בין קלוג ווי א גאנצער טאג. (אזוי האט זיך בארימט דער אונטערשטער חכם הנ"ל) האב איך מיך אנגירופין צו אים (דהיינו דער כבד פה וואס ער דערציילט דאס אלץ) ווי וועלכער טאג (כלומר ווי וועלכער טאג ביסטו קלוג) האט ער זיך אנגירופין. אט דער איז קלוגער פון מיר. ווייל ער פרעגט ווי וועלכער טאג. לושמיר ווי וועלכער טאג איר ווילט אזוי בין איך קלוג. לושמיר פאר וואס זע ווידער איז דער קלוגער. ווייל ער האט גיפרעגט ווי וועלכער טאג. דער חכם איז זיך אויך קלוג ווי וועלכין טאג ער וויל. נאר סע פארהאנדין א גאנצע מעשה.

ווארין דער אמתיר איש חסד. איז זייער א גרויסער מאן. און איך (דהיינו דער כבד פה וואס ער דערציילט דאס אלץ) גיי אום און נעם צום אויף אלע אמתי חסדים און ברענג זיי צו דעם אמתין איש חסד. און דער עיקר זמן (דהיינו אז סע זאל זיין א צייט ווארין די צייט אליין דהיינו אז סע זאל זיין יאר און טעג אויף דער וועלט דאס אליין האט זיך אויך השם יתברך באשאפין) ווערט נאר דורך אמתי חסדים. און איך גיי אום און נעם צום אויף אלע אמתי חסדים און ברענג זיי צו דעם אמתין איש חסד. וואס דערפון ווערט דער זמן.

און סע איז פארהאנדין א בארג. און אויף דעם בארג שטייט א שטיין. און פון דעם שטיין גייט א קוואל. און איטליכע זאך האט א הארץ. און די וועלט אין גאנצין האט אויך א הארץ. און דאס הארץ פון דער וועלט. איז א גאנצע קומה מיט א פנים און מיט הענט און פיס וכו'. לושמיר דער נאגיל פון דעם פוס פון דעם הארץ פון דער וועלט. איז הארציקער איידער איין אנדערינס הארץ. און דער בארג מיט דעם קוואל שטייט אין איין עק פון דער וועלט. און דאס הארץ פון דער וועלט. שטייט אין דעם אנדערין עק פון דער וועלט. און דאס הארץ. שטייט אקעגין דעם קוואל. און גלוסט און בענקט תמיד זייער אז סע זאל קומען צו דעם קוואל. און דאס בענקען און דאס גלוסטין פון דעם הארץ צוא דעם קוואל איז גאר ווילד. און סע שרייט תמיד דאס הארץ אז סע זאל קומען צו דעם קוואל. און דער קוואל גלוסט צו דעם הארץ אויך.

און דאס הארץ. האט צוויי חלישות (דהיינו צוויי שלאפקייט). איינס ווארין די זון יאגט עס זייער. און ברענט עס. (ווייל סע בענקט אלץ און וויל קומען צום קוואל). און דאס אנדערע שלאפקייט האט דאס הארץ. מחמת דעם בענקען און דאס גלוסטין וואס דאס הארץ בענקט און גלוסט תמיד. און סע גייט גאר אויס צו דעם קוואל. און סע שרייט אלץ סע זאל קומען צו דעם קוואל כנ"ל. ווארין דאס הארץ שטייט תמיד אקעגין דעם קוואל און שרייט נא גיוואלד. און סע בענקט אלץ זייער זייער צו דעם קוואל כנ"ל. לושמיר אז דאס הארץ באדארף זיך אביסל אפרוען. אז סע זאל זיך אפסאפען אביסל. אזוי קומט אגרויסער פויגיל. און פארשפרייט די פליגל אויף אים און פארשטעלט אים פון דער זון. דעמולט רוט זיך דאס הארץ אפ אביסל. און אפילו דעמולט אז סע רוט זיך אפ. קוקט עס אויך אקעגין דעם קוואל. און בענקט אלץ צום קוואל. לושמיר אז סע בענקט יוא אזוי צום קוואל. פארוואס גייט ער ניט צום קוואל. נאר ווי באלד דאס הארץ וויל צו גיין נאהנט צום בארג וואס אויבין איז דער קוואל. אזוי זעהט ער שוין ניט ארויס דעם שפיץ. קאן ער ניט זעהן דעם קוואל. און וויבאלד ער קוקט ניט אויף דעם קוואל. גייט ער אויס. ווארין גאר זיין חיות פון דעם הארץ. איז נאר פון דעם קוואל. און אז ער שטייט אקעגין בארג. זעהט ער ארויס דעם שפיץ בארג וואס דארט איז דער קוואל. אבער תיכף וויבאלד ער וויל צוגיין צום בארג. זעהט ער שוין ניט ארויס דעם שפיץ (ווארין אזוי איז זיך דער שטייגער. ביי א הויכין בארג. פון ווייטין אז מע שטייט. זעהט מען ארויס דעם שפיץ. און אז מע גייט צו נאהנט זעהט מען שוין ניט ארויס דעם שפיץ) קאן ער שוין ניט קוקין אויף דעם קוואל. קאן ער חס ושלום אויסגיין און אז דאס הארץ זאל חס ושלום אויסגיין. וואלט גאר די וועלט חרוב גיווארין ווארין דאס הארץ איז זיך דאס חיות פון איטליכער זאך און ווי קאן די וועלט א קיום האבין אן דעם הארץ. איבער דעם קאן דאס הארץ ניט צו גיין צום דעם קוואל. נאר סע שטייט תמיד אקעגין דעם קוואל און סע בענקט און סע שרייט תמיד אז סע זאל קומען צו דעם קוואל כנ"ל.

און דער קוואל האט גאר קיין זמן ניט. ווארין דער קוואל איז גאר ניט אין זמן. (כלומר דער קוואל האט קיין שום צייט ניט דהיינו ער האט ניט קיין שום טאג און קיין שום צייט אין דער וועלט. ווארין ער איז גאר העכער פון דער צייט פון דער וועלט) לושמיר. ווי אזוי קאן דער קוואל זיין אין דער וועלט. (ווארין אין דער וועלט קאן זיך קיין זאך ניט זיין אן א צייט). לושמיר גאר די צייט פון דעם קוואל איז נאר וואס דאס הארץ שענקט דעם קוואל א טאג במתנה. און אז דער טאג וויל זיך שוין אויסלאזין. און ווי דער טאג וועט אוועק גיין וועט זיך שוין דער קוואל קיין זמן ניט האבין וועט דער קוואל אוועק גיין פון דער וועלט. ווי דער קוואל וועט ניט זיין. וועט זיך דאס הארץ אויך אויסגיין חס ושלום. וועט חס ושלום גאר די וועלט בטל ווערן כנ"ל. אזוי ווי סע קומט נאהנט צום סוף טאג. אזוי הייבין זיי זיך אן צו גיזעגינען איינער מיט דעם אנדערין דאס הארץ מיט דעם קוואל. און זיי הייבין אן צו זאגין חידות און שירים און לידער איינער צום אנדערין זייער וואוילע חידות און לידער. מיט גרויס ליבשאפט און מיט גרויס בענקעכץ זייער איינער צום אנדערין דאס הארץ צום קוואל. און דער קוואל צו דעם הארץ. און דער אמתיר איש חסד. האט דראף השגחה. און ער היט דאס אפ. און ווי סע קומט דער טאג גאר צום סוף. נאר ער זאל זיך אויסלאזן (וואס האט באלד ווי דער טאג וועט זיך אויסלאזין און דער קוואל וועט שוין קיין טאג ניט האבין כנ"ל וועט ער אוועק גיין און אזוי וועט חס ושלום דאס הארץ אויך אויסגיין. וועט חס ושלום די גאנצע וועלט חרוב ווערין) אזוי קומט אן דער אמתיר איש חסד און שענקט א טאג דעם הארצין. און דאס הארץ שענקט דעם טאג דעם קוואל. אזוי האט שוין ווידער. דער קוואל א זמן (דהיינו דעם טאג קאן שוין דער קוואל ווידער א קיום האבין קאן שוין דאס הארץ אויך א קיום האבין וכו') און אז דער טאג קומט אן פון וואנען ער קומט אזוי גייט דער טאג אויך מיט חידות. און מיט וואוילע שירים וואס אין זיי איז דא אלע חכמות. און סע איז דא חילוקים צווישן די טעג. ווארין סע איז פארהאנדין זונטאג און מאנטאג וכו'. און אזוי איז פארהאנדין ראש חודש און ימים טובים. (כלומר וועדליג דעם טאג וואס פאר אטאג סע קומט. מיט אזוינע שירים קומט ער אן).

און גאר דער זמן וואס דער אמתיר איש חסד האט. איז זיך אלץ דארך מיר. (דהיינו דארך דעם כבד פה וואס ער דערציילט דאס אלץ) ווארין איך גיי זיך און נעם צום אויף אלע אמתי חסדים. וואס פון זיי ווערט גאר דער זמן כנ"ל. (און איבער דעם איז דער כבד פה קלוגער אפילו פון דעם חכם וואס ער האט זיך בארימט ער איז קלוג ווי וועלכער טאג מע וויל. ווארן גאר די צייט מיט די טעג ווערין זיך גאר דורך אים. וואס די טעג קומען אן מיט שירים און חידות וואס אין זיי איז אלע חכמות וכו' כנ"ל).

נמצא האב איך זיך א הסכמה פון דעם אמתין איש חסד. אז איך קען ריידין חידות און שירים וואס אין זיי איז אלע חכמות (ווארין גאר די טעג מיט די חידות מיט די שירים ווערין זיך גאר דורך אים כנ"ל) היינט שענק איך אייך במתנה גמורה דרשה גישאנק אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך. איז דארט גיווארין א גרויסע שמחה און א גרויסע חדוה. און זיי האבין א הילוא גיטאן.

אז זיי האבין גומר גיווען די שמחה פון דעם טאג. און זיי האבין דערנאך איבער גינעכטיגט. אין דערפריא האבין זיי זיך ווידער דערמאנט און האבין גיבענקט וכו' נאך דעם בעטלער וואס ער האט גיהאט א קרומען האלז דערווייל קומט ער אריין און זאגט איך בין דא וכו'. פריר האב איך אייך גיבענטשט אז איר זאל זיין אזוי ווי איך. היינט שענק איך אייך דרשה גישאנק אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך. איר מיינט. אז איך האב א קרומען האלדז. איך האב גאר קיין קרומען האלדז ניט. אדרבא איך האב זייער א גלייכין האלז. זייער א שיינעם האלז. נאר סע איז פארהאנדין הבלי עולם. (דהיינו נארישקייט פון דער וועלט) און איך וויל גאר קיין שום דוך אין דער וועלט ניט אריין לאזין. (און דריבער האט ער א פנים ווי א קרומער האלז. ווארין ער פארקרומט דעם האלז פון די הבלי עולם און ער וויל גאר קיין שום דוך אין דער וועלט ניט אריין לאזין) אבער צום אמת האב איך זייער א שיינעם האלז. זייער א וואוילין האלז. ווארין איך האב זייער א וואויל קול. און אלע קולות וואס אין דער וועלט וואס נאר א קול אן א דיבור. קאן איך אלע קולות נאך מאכין מיט מיין קול. ווארין איך האב א האלז און א קול זייער א וואוילס און איך האב א הסכמה דרויף פון דער מדינה.

ווארין סע איז פארהאנדין א מדינה וואס זיי קאנען אלע זייער וואויל די חכמה פון מאזיקא. (דהיינו די חכמה פון שפילין און זינגען) און זיי זענען אלע דארט עוסק אין דער חכמה. און אפילו קליינע קינדער. סע איז דארטין ניט פארהאנדין א קינד וואס סע זאל ניט קענען שפילין אויף עפעס א כלי שיר. און דער קלענצטער פון דער מדינה איז דער גרעסטער חכם אין איין אנדערע מדינה אין דער חכמה פון מאזיקא. און די חכמים און דער מלך פון דער מדינה און די קאפעלייס זיי זענען זייער ווילד גרויסע חכמים. אין דער חכמה.

אמאל זענען גיזעסן די חכמים פון דער מדינה. און איטליכער האט זיך בארימט מיט זיין חכמה אין מאזיקא דער האט זיך בארימט ער קאן שפילין אויף דעם כלי שיר. און דער האט זיך בארימט ער קאן שפילין אויף דעם כלי שיר. און דער האט זיך בארימט מיט דעם כלי שיר. און דער האט זיך בארימט ער קאן שפילין אויף עטליכע כלי שיר. און דער האט זיך בארימט. ער קאן שפילין אויף אלע כלי שיר. און דער האט זיך בארימט. אז ער קאן מאכין מיט זיין קול אזוי ווי דאס כלי שיר. און דער האט זיך בארימט. ער קאן מאכין מיט זיין קול אזוי ווי דאס כלי שיר. און דער האט זיך בארימט. ער קאן מאכין מיט זיין קול אזוי ווי עטליכע כלי שיר. און דער האט זיך בארימט אז ער קאן מאכין מיט זיין קול אזוי ווי א פויק פונקט. גלייך ווי מע פויקט. און דער האט זיך בארימט. ער קאן מאכין מיט זיין קול אזוי ווי מע שיסט אויס פון איין הורמאטעס און איך בין דארט אויך גיווען (דהיינו דער מיט דעם קרומען האלז וואס ער דערציילט דאס אלץ) האב איך מיך אנגירופן און האב צו זיי גיזאגט מיין קול איז בעסער פון אייערע קולות. והא ראיה. ווארין אז איר זענט יוא אזוינע חכמים אין מזיקא העלפט זע די צוויי מדינות.

ווארין סע איז פארהאנדין צוויי מדינות. און די צוויי מדינות זענען ווייט איינער פון דער אנדערער טויזינט מייל. און דארט אין די צוויי מדינות אז סע קומט די נאכט קאן מען ניט שלאפין ווארין אז סע ווערט נאכט אזוי הייבין זיי אלע אן צו קלאגין מיט א קול יללה. אנשים ונשים וטף. ווארין ביינאכט. הערט מען דארט א קול יללה זייער (דהיינו א וויינינדיק קול פון קלאגין) און מחמת דעם מוזין זיי אלע דארט אנהייבין צו קלאגין. מאנען און ווייבער און קליינע קינדער. אז סע זאל ליגין א שטיין וואלט ער צוגאסין גיווארין. און אזוי פירט זיך אין די צוויי מדינות. ווארין אין דער מדינה הערט מען דאס קול יללה מוזין זיי אלע קלאגין כנ"ל. און אזוי אין דער אנדערע מדינה איז אויך אזוי. און איין מדינה פון דער אנדערער איז ווייט טויזינט מייל. בכן אז איר זענט אזוינע חכמים אין מאזיקא. (דהיינו איר קאנט שפילין און זינגען) העלפט זע די צוויי מדינות. אדער מאכט חאטשע נאך דאס קול (דהיינו דאס קול יללה וואס מע הערט דארט מאכט נאך דאס קול) האבין זיי צו אים גיזאגט. וועסטו אונז אהין פירין. האט ער גיזאגט. יוא. איך פיר אייך אהין. האבין זיי זיך אויף גיהויבין אלע אהין צו גיין.

זענען זיי גיגאנגען און זיי זענען אהין גיקומען (דהיינו צו איין מדינה פון די צוויי מדינות הנ"ל) ווי סע גיקומען נאכט. איז גיווען אזוי ווי תמיד. זיי האבין אלע אנגיהויבין צו קלאגין און די חכמים האבין אויך גיקלאגט. (האבין זיי שוין גיזעהן אז זיי קענען זיי ניט העלפין) האט ער צו זיי גיזאגט (דהיינו דער וואס האט גיהאט איין קרומען האלז האט גיזאגט צו די חכמים הנ"ל) על כל פנים. זאגט מיר פון וואנעט איז דאס קול יללה וואס מע הערט דארט פון וואנעט איז דאס קול. האבין זיי צו אים גיזאגט. און דו ווייסט. האט ער גיענפערט. איך ווייס יוא.

ווארין סע איז פארהאנדין צוויי פייגיל. איינער איין ער און איינער א זי, און די פייגיל זענען נאר איין פאר אויף דער וועלט איז די זי פארפאלין גיווארין. זוכט ער זי און זי זוכט אים. האבין זיי זיך זייער לאנג גיזוכט. איינס דאס אנדערע. ביז זיי זענען פאר ערט גיווארין. און זיי האבין גיזעהן אז זיי קענען זיך שוין ניט גיפינען איינס דאס אנדערע. זענען זיי גיבליבן שטיין. און זיי האבין זיך גימאכט נעסטין. דער ער האט זיך גימאכט א נעסט לעבין איין מדינה פון די צוויי מדינות. און ניט רעכט נאהנט נאר וועדליג דאס קול פון דעם פויגיל הייסט דאס נאהנט ווארין פון דעם ארט ווי ער האט זיך גימאכט א נעסט קאן מען שוין פון דארט הערין זיין קול אין דער מדינה. און אזוי זי האט זיך אויך גימאכט א נעסט לעבין דער אנדערער מדינה. (דהיינו אויך אזוי ניט רעכט נאהנט. נאר פון דארט קאן מען שוין הערין איר קול דארט) און אז סע קומט די נאכט. אזוי הייבין אן די פאר פייגיל צו קלאגין. ווארין ער קלאגט אויף איר. און זי קלאגט אויף אים. קלאגין זיי זייער מיט א גרויס קול יללה. און דאס איז דאס קול יללה. וואס מע הערט אין די צוויי מדינות. וואס מחמת דעם קול מוזין זיי אלע קלאגן דארט און קענען ניט שלאפין. (אזוי האט דער קרומער האלז זיי אלץ דערציילט) לושמיר זי האבין אים דאס ניט גיוואלט גלייבין. האבין זיי צו אים גיזאגט. וועסטו אונז אהין פירין (דהיינו צו די פייגיל) האט ער גיזאגט יוא. איך קאן אייך פירין אהין. לושמיר ווי קאנט איר קומען אהין. מיידוך דא קאנט איר ניט אויס שטיין דאס קול יללה. און איר מוזט אלע קלאגין. אז איר וועט אהין קומען. וועט איר זיך שוין גאר ניט קאנען אויסשטיין דאס קול יללה.

און בייטאג קאן מען דארט די שמחה ניט אויסשטיין. ווארן ביי טאג קומען זיך דארט צום אויף פייגיל צו איטליכן באזונדער. דהיינו צו אים און צו איר. און זיי טרייסטין זיי און מאכין זיי פרייליך מיט זייער גרויסע שמחות. און זיי ריידין זיי אויס און טרייסטין זיי. איר וועט זיך נאך אפזוכין. איינס דאס אנדערע. און זיי מאכין זיי זייער פרייליך. ביז ביי טאג קאן מען דארט די שמחה ניט אויסשטיין. און דאס קול פון דער שמחה הערט מען ניט ווייט. נאר אז מען קומט אהין. אבער דאס קול יללה דאס הערט מען ווייט. קאנט איר דריבער אהין ניט קומען. האבין זיי צו אים גיזאגט. קאנסטו דאס פאררעכטין. האט ער גיענפערט יוא. איך קאן דאס פאר רעכטין. ווארין איך קאן נאך מאכין אלע קולות פון דער וועלט. און ווידער איך קאן ווארפין קולות. דהיינו איך קאן ווארפין א קול. וואס דא ווי איך לאז ארויס דאס קול. זאל מען דאס קול גאר ניט הערין. נאר ווייט זאל מען דארט דאס קול הערין דריבער קאן איך ווארפין דאס קול פון איר צו אים. דהיינו דאס קול וואס איך וועל איר נאך מאכין זאל אנקומען נאהנט צו דעם ארט וואו ער איז. און אזוי קאן איך ווארפין זיין קול אז סע זאל אנקומען נאהנט צו איר. און דורך דעם וועל איך זיי צום אויף ציהען. (ביז ער וועט זיי צום אויף ברענגען).

לושמיר ווער וועט דאס אים גלייבין. איז ער גיגאנגען און ער האט זיי גיפירט אין א וואלד אריין. האבין זיי גיהערט. אזוי ווי איינער עפינט אויף א טיר און פארמאכט זי ווידער און טוט א קלאפ מיט דער קלאימקע. און שיסט אויס מיט א ביקס. און שיקט נאך דעם הונט אז ער זאל חאפין. און דער הונט האט גיגראזניט אין שניי. און דאס האבין זיי אלץ גיהערט. און זיי האבין זיך אום גיקוקט. האבין זיי ניט גיזעהן קיין שום זאך און פון איהם האבין זיי אויך ניט גיהערט קיין שום קול. (נאר ער דהיינו דער קרומער האלז האט ער עס גיווארפין אזוינע קולות. האבין זיי זיך שוין גיזעהן אז ער קאן נאך מאכין אלירליי קולות און ער קאן ווארפין קולות). (און ווייטער האט ער דא ניט דערציילט. און סע גייט דא נאך אפ). נמצא האב איך א הסכמה פון דער מדינה. אז איך האב זייער א וואויל קול און איך קאן נאך מאכין אלע קולות פון דער וועלט. היינט שענק איך אייך דאס במתנה גמורה דרשה גישאנק אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך. איז דארט גיווארין א גרויסע שמחה און א גרויסע חדוה זייער.

דעם פיפטין טאג. זענען זיי אויך פרייליך גיווען. האבין זיי זיך דערמאנט אין דעם בעטלער וואס ער איז גיווען א הויקער. און זיי האבין זייער גיבענקט ווי נעמט מען אהער דעם בעטלער דעם הויקער. ווארין אז ער זאל דא זיין וואלט מען זייער פרייליך גיווען. אין דעם קומט ער אן. און זאגט איך בין דא. איך בין גיקומען צו אייך אויף דער חתונה. און איז זיי ארום גיפאלין. און האט זי גיהאלזט און גיקושט. און האט צו זיי גיזאגט. פריר האב איך אייך גיבענטשט אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך. היינט שענק איך [אייך] דרשה גישאנק. אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך. און איך בין גאר קיין הויקער ניט. אדרבא. איך האב אזוינע פלייצעס. וואס זיי זענען מועט מחזיק את המרובה און איך האב דרויף איין הסכמה.

ווארין אמאל איז גיווען איין שמוס וואס מענטשן האבין זיך בארימט מיט דער זאך. איטליכער האט זיך בארימט אז ער האט די זאך פון מיעוט מחזיק את המרובה (כלומר א קליין ארט זאל האלטין פיל) האט מען פון איינעם גילאכט. און די איבריקע וואס זיי האבין זיך בארימט. מיט דער זאך פון מיעוט מחזיק את המרובה. זענען יוא גיפעלין. אבער מיין מיעוט מחזיק את המרובה. איז גרעסער פון זיי אלע. ווארין איינער פון זיי האט זיך בארימט אז זיין מוח איז א מועט מחזיק את המרובה. ווארין ער טראגט אויף זיין מוח אלפים ורבבות מענטשן. מיט גאר זייער הצטרכות מיט אלע זייערע הנהגות מיט גאר זייערע הוויות מיט זייערע תנועות. טראגט ער דאס אלץ. גאר אויף זיין מוח. איז ער זיך א מועט מחזיק את המרובה. ווארין א שטיקיל מוח זאל אויף זיך טראגין אזוי פיל מענטשן מיט גאר זייער הצטרכות וכו' (דרום הייסט ער א מיעוט מחזיק את המרובה דהיינו א שטיקיל ארט האלט אויף זיך און טראגט אזוי פיל דהיינו דאס שטיקיל מוח טראגט אזוי פיל מענטשן מיט גאר זייערע זאכין וכו' כנ"ל) האט מען אויס אים גילאכט. און זיי האבין זיך דארט אנגירופין. דו ביסט נישט. און דיינע לייט זענען נישט. האט זיך איינער אנגירופין און האט גיזאגט. איך האב גיזעהן אזוי א מיעוט מחזיק את המרובה. ווארין אמאל בין איך פיר גיגאנגען. פאר א בארג. האב איך גיזעהן. סע איז אויף דעם בארג גיווען זייער אסאך מיסט און טינוף. איז. ביי מיר א חידוש גיווען. פון וואנעט קומט אויף דעם בארג. אזוי פיל מיסט און טינוף. איז דארט גיווען א מענש לעבין דעם בארג. האט דער מענטש גיזאגט. דאס איז אלץ פון מיר. ווארין ער איז דארט גיזעסין לעבין דעם בארג. האט ער אלץ גיווארפן אויף דעם בארג מיסט און פאסקיטצווע פון זיין עסין און טרינקען. איז דאס פון אים אזוי פיל מיסט און טינוף אויף דעם בארג. נמצא איז זיך דער מענטש א מיעוט מחזיק את המרובה. ווארין פון איין מענטשן זאל אזויפיל מיסט זיין. אזוי איז דאס אויך (דהיינו אזוי איז דער מיעוט מחזיק את המרובה פון דעם וואס ער האט זיך בארימט אז ער טראגט אויף זיין מוח אזוי פיל מענטשן וכו').

איינער האט זיך בארימט. ער האט די זאך פון מיעוט מחזיק את המרובה. ווארין ער האט א שטיקיל מדינה. וואס סע גיט אויס זייער א סאך פירות דערנאך בארעכינט מען די פירות וואס די מדינה גיט אויס. זעהט מען אז די מדינה האלט גאר ניט אזוי פיל ארט וויפיל די פירות באדארפין פארנעמען. סע גאר אזוי פיל ארט אין דער מדינה ניט דא וויפיל די פירות באדארפין פארנעמען. נמצא איז זיך דאס א מיעוט מחזיק את המרובה. (דהיינו א ביסל ארט האלט אזוי פיל) זענען זיינע רייד גיפעלין זיי. אז דאס איז בוודאי א מיעוט מחזיק את המרובה. איינער האט גיזאגט. באשר ער האט איין פרדס (דהיינו א גארטין) זייער א וואוילין וואס סע איז דארט דא פירות וכו' פארין אהין זייער פיל מענטשן און שררות. ווארין סע איז זייער א שיינער פרדס. און אז סע קומט זומער פארין אהין זייער פיל מענטשן און שררות זיך שפאצירין דארט. און צום אמת איז דארט אין דעם גארטין. גאר ניט פארהאנדין אזוי פיל ארט אז סע זאל קאנען האלטין אזוי פיל מענטשן. איז זיך דאס א מועט מחזיק את המרובה. איז דער אויך גיפעלן זיי.

איינער האט גיזאגט. אז זיין דיבור איז א מיעוט מחזיק את המרובה. ווארין ער איז איין סעקריטאר ביי א גרויסין מלך. און צו דעם מלך קומען זיער אסאך מענשן. דער קומט מיט שבחים צום מלך (דהיינו זיי זאגין איטליכער א לויב צום מלך) דער קומט מיט בקשות צום מלך. און אזוי דעסט גלייכין. און דער מלך קאן בוודאי ניט דאס אלץ אויסהערין. נעם איך צום אויף אלע זייערע רייד אין עטליכע ווערטער נאר. און איך דערצייל דעם מלך. נאר עטליכע ווערטער. איז דרינען כלול אלע שבחים און אלע בקשות זייערע און גאר זייערע רייד קומען אלע אריין אין די עטליכע ווערטער מיינע וואס איך דערצייל דעם מלך. נמצא איז זיך מיין דיבור א מיעוט מחזיק את המרובה. איינער האט גיזאגט. זיין שתיקה (דהיינו זיין שווייגין) איז מועט מחזיק את המרובה. ווארין ער האט אויף זיך זייער אסאך מקטריגים און בעלי לשון הרע וואס זיי ריידין אויף אים זייער פיל. ווארין מע קריגט אויף אים און מע רעט אויף אים זייער אסאך. און וואס מע רעט אויף אים און מע קריגט אויף אים. און וואס מע זאגט אויף אים. טוט ער איין שווייג. איז דאס א תירוץ אויף אלע קשיות און אויף אלע ריידיכץ וואס מע רעט אויף אים. און נאר מיט זיין שווייג פארענטפערט ער אלץ. נמצא איז זיין שתיקה א מיעוט מחזיק את המרובה. איינער האט גיזאגט. ער איז א מיעוט מחזיק את המרובה. ווארין סע איז פאר האנדין איין ארימאן און דער ארימאן איז א סגי נהור. און איז זייער א גרויסער. און ער איז זייער א קליינער. און ער פירט דעם גרויסין ארימאן דעם סגי נהור. נמצא איז ער זיך א מיעוט מחזיק את המרובה ווארין דער סגי נהור וואלט זיך גיקאנט אויסגליטשן און פאלין. און ער דערהאלט אים מיט דעם וואס ער פירט אים. איבער דעם איז ער א מועט מחזיק את המרובה. ווארין ער איז א קליינער מענטש און ער האלט דעם גרויסין סגי נהור. און איך בין דארטין אויך גיווען. (דהיינו דער הויקער וואס ער דערציילט דאס אלץ). האב איך מיך אן גירופין סע איז אמת. אז איר האט די זאך פון מיעוט מחזיק את המרובה. און איך ווייס וואס איר אלע האט גימיינט. (דהיינו די אלע וואס איטליכער האט זיך בארימט מיט זיין מיעוט מחזיק את המרובה. ווייסט ער וואס איטליכע האט גימיינט) און אפילו דער אונטערשטער וואס ער האט זיך בארימט אז ער פירט דעם גרויסין סגי נהור. איז ער גרעסער פון אייך אלע. לושמיר איך בין נאך גרעסער העכער פון אייך אלע ווארין דער וואס ער האט זיך בארימט אז ער פירט דעם גרויסין סגי נהור. מיינט ער. ער פירט דעם גלגל הירח. (דהיינו דעם הימיל וואס די לבנה איז דארט) ווארין די לבנה הייסט א סגי נהור. ווארין זי לייכט ניט פון זיך אליין וכו'. און דער פירט די לבנה. חאטשע ער איז א קליינער און דער גלגל פון דער לבנה איז זייער גרויס און דאס איז א קיום פון גאר דער וועלט. (כלומר דורך דעם האט גאר די וועלט א קיום) ווארין די וועלט באדארף זיך די לבנה. נמצא איז דער בוודאי א רעכטער מיעוט מחזיק את המרובה. לושמיר אבער מיין מועט מחזיק את המרובה איז העכער גאר פון אלע.

והא ראיה. ווארין אמאל איז גיווען א כיתה. וואס זיי האבין גיקלערט. באשר איטליכע חיה האט זיך איר צל (דהיינו איר סאטין). וואס נאר אין דעם סאטין דווקא. וויל זי דארט זיין. און אזוי האט זיך איטליכע חיה איר סאטין באזונדער. ווארין איטליכע חיה קלויבט זיך אויס א סאטין און אין דעם סאטין דווקא וויל זי נאר רוען. און אזוי איטליכעס עוף האט זיך זיין צווייג. וואס אויף דעם צווייג דווקא וויל דאס עוף רוען. און אויף קיין אנדערע צווייג ניט. און דאס אנדערע עוף האט זיך איין אנדערע צווייג וואס נאר דארט רוט עס. און אויף איין אנדערע צווייג ניט. און אזוי איטליכס עוף. האט זיך אלץ זיין צווייג דווקא. איבער דעם האבין די כיתה גיקלערט. אויב סע גיפינט זיך אזוי א בוים. וואס אין זיין סאטין זאלין רוען אלע חיות. וואס אלע חיות זאלין וועלין רוען אין דעם סאטין פון דעם בוים. און אויף די צווייגין פון דעם בוים. זאלין רוען אלע עופות. האבין זיי דערקלערט אז סע גיפינט זיך אזוי א בוים. האבן זי גיוואלט אהין גיין צו דעם בוים. ווארין דער תענוג וואס סע איז דארט ביי דעם בוים דאס האט גאר קיין שיעור ניט. ווארין דארט איז פארהאנדין אלע חיות מיט אלע עופות. און דארט איז קיין שום היזק ניט פארהאנדין פון קיין שום חיה. (כלומר קיין שום חיה איז דארט ניט מזיק קיינעם) און אלע חיות זענען דארט אלע אויס גימישט. זיי אלע שפילין זיך דארט און סע איז בוודאי זייער א גרויסער תענוג צו זיין דארט ביי דעם בוים. האבין זיי אנגיהויבין צו קלערין ווירימיר מע באדארף צו גיין אז מע זאל קומען צו דעם בוים. איז גיווארין צווישן זיי א מחלוקת אין דער זאך. און סע איז צווישן זיי ניט גיווען קיין מכריע. ווארין דער האט גיזאגט. אז מע באדארף גיין אהער אין דער זייט קיין מזרח. און דער האט גיזאגט. קיין מערב זייט באדארף מען גיין. און דער האט גיזאגט אהער. און דער אהער. ביז זי האבין ניט גיקענט וויסין דעם רעכטין וועג. ווירימיר מע באדארף צו גיין. אז מע זאל קומען צו דעם בוים. איז גיקומען א חכם און האט צו זיי גיזאגט. וואס קלערט איר. דורך וועלכער זייט מע באדארף צו גיין צו דעם בוים. קלערט פריר. ווער סע זענען די מענטשן וואס זיי זאלין קענען קומען צו דעם בוים. ווארין צו דעם בוים קאן ניט איטליכער קומען. ווארין צו דעם בוים קאן מען ניט קומען. נאר דער וואס ער האט די מדות פון דעם בוים. ווארן דער בוים האט דריי שרשים (דהיינו דריי ווארצלין) איין שורש איז אמונה. (אז מע זאל גלייבין אין גאט ב"ה) און דער אנדערער שורש איז יראה. און דער דריטער שורש איז עניוות (דהיינו מע זאל פון זיך ניט האלטין) און אמת איז דער גוף פון דעם בוים דהיינו דער בוים אליין איז אמת. און פון דארט גייען ארויס צווייגין. איבער דעם קאן קיינער ניט קומען צו דעם בוים נאר דער וואס ער האט אין זיך די מדות פון דעם בוים (דהיינו אמונה ער זאל גלייבין אין גאט און יראה ער זאל מורא האבין פאר גאט. און עניוות. ער זאל פון זיך גאר נישט האלטין. און אמת) (אזוי האט דער חכם גיזאגט צו דער כיתה) די כיתה האבין אבער ניט אלע גיהאט די מדות. נאר א טייל פון זיי האבין אין זיך גיהאט די מדות הנ"ל. איז אבער צווישן זיי גיווען זייער א גרויס אחדות (דהיינו די כיתה האבין זיך אלע ליב גיהאט און זיי האבין זיך זייער גיהאלטין אין איינעם) האבין זיי זיך ניט גיוואלט אפטיילין איינס פון דעם אנדערן. אז א טייל זאלין יוא גיין צום בוים (דהיינו די וואס זיי האבין שוין יוא די מדות פון דעם בוים) און די איבריקע זאלין בלייבין. האבין זיי דאס ניט גיוואלט. ווארין זיי האבין זיך זייער גיהאלטין אין איינעם. נאר מע מוז ווארטין. ביז אלע זאלין זיך דער האריווען צו די מידות. כדי זיי זאלין אלע קאנען קומען צו דעם בוים. האבין זיי אזוי גיטאן און זיי האבין גיהארעוועט ביז זיי זענען אלע גיקומען צו די מדות הנ"ל. (דהיינו זיי האבין אלע גיווארט איינס אויף דעם אנדערין ביז אלע האבין זיך דער האריוועט. און זיי זענען אלע גיקומען צו די מדות הנ"ל דהיינו זיי האבין שוין אלע גיהאט אמונה און יראה וכו' כנ"ל) ווי זיי זענען אלע גיקומען צו די מדות. אזוי זענען שוין אלע גיקומען אויף איין דיעה. און זיי האבין אלע מסכים גיווען אויף איין וועג. אז מיט דעם וועג באדארף מען גיין צו דעם בוים. זענען זיי אלע גיגאנגען.

זענען זיי גיגאנגען א צייט. ביז זיי האבין שוין גיזעהן דעם בוים פון ווייטין. דערווייל טוען זיי א קוק. שטיט גאר דער בוים אויף קיין ארט ניט. ווארין דער בוים האט גאר קיין ארט ניט. און אז ער האט גאר קיין ארט ניט. ווי אזוי קאן מען צו אים קומען. און איך (דהיינו דער הויקער וואס ער דערציילט דאס אלץ) בין דארט אויך גיווען מיט זיי. האב איך מיר אנגירופין צו זיי. איך קאן אייך יוא ברענגען צו דעם בוים. ווארין דער בוים האט גאר קיין ארט ניט. ווארין דער בוים איז למעלה מהמקום (כלומר ער איז העכער פון דעם ארט פון דער וועלט. ער האט גאר קיין ארט ניט) און די זאך פון מועט מחזיק את המרובה. איז זיך נאך אין דעם ארט. ווארין חאטשע סע איז מועט מחזיק את המרובה. דהיינו אביסל ארט האלט פיל מער איידער אויף דעם ארט קאן זיך שטעלין. פון דעסט וועגין פארט. איז זיך דאס נאך אין דעם ארט ווארין סע פארנעמט זיך נאך פארט על כל פנים עפעס איין ארט. און איך (דהיינו דער הויקער) האב אזוי א מיעוט מחזיק את המרובה. וואס דער מיעוט מחזיק את המרובה. איז שוין גאר דער עק פון דעם ארט. וואס פון דארט העכער. איז שוין גאר קיין ארט ניט פארהאנדין. איבער דעם קאן איך אייך טראגין אלע צו דעם בוים וואס ער איז העכער פון דעם ארט. (ווארין דער הויקיר איז אזוי ווי א ממוצע דהיינו אין מיטין צווישין ארט און צווישין העכער פון דעם ארט ווארין ער איז אזוי א מיעוט מחזיק את המרובה. וואס סע איז גאר דער עק פון דעם ארט. וואס פון דארט העכער איז שוין גאר קיין שום ארט ניט פארהאנדין. איבער דעם קאן דער הויקער זיי ארויס נעמען פון דעם ארט און זאל זי טראגין צו העכער פון דעם ארט). האב איך זיי גינומען און האב זיי איבער גיטראגין צו דעם בוים.

נמצא האב איך א הסכמה. אז איך האב אזוי א מיעוט מחזיק את המרובה. (און איבער דעם האט ער א פנים ווי א הויקער. ווארין ער טראגט אויף זיך פיל ווארין ער איז זיך א מיעוט מחזיק את המרובה) היינט שענק איך אייך דאס דאזיגע במתנה אז איר זאלט זיין אזוי ווי איך איז דארט גיווארין זייער א גרויסע שמחה און זייער א גרויסע חדוה.

דעם זעקסטין טאג זענען זיי אויך פריליך גיווען. און זיי האבין אויך גיבענקט. ווי נעמט מען דא דעם דאזיגן וואס אן הענט. דערווייל קומט ער אריין. און זאגט איך בין דא. איך בין גיקומען צו אייך אויף דער חתונה און האט זיי אויך אזוי גיזאגט אזוי ווי יענע. און איז זיי ארום גיפאלין און האט זיי גיקושט. און האט צו זיי גיזאגט. איר מיינט איך בין א קאליקע אויף די הענט. איך בין גאר קיין קאליקע ניט אויף די הענט. איך האב יוא כח אין די הענט. נאר איך נוץ ניט מיט דעם כח פון מיינע הענט אין דער וועלט. ווארין איך באדארף דעם כח אויף עפעס אנדערש און איך האב דרויף א הסכמה פון דעם וואסיריקן שלאס.

ווארן אמאל זענען מיר געזעסן אין איינעם עטלעכע מענטשן. האט זיך איטלעכער בארימט מיט זיין כח וואס ער האט אין די הענט. דער האט זיך בארימט. ער האט אזוי א גבורה אין די הענט. און דער האט זיך בארימט ער האט אזוי א גבורה אין די הענט. און אזוי איטלעכער האט זיך בארימט מיט זיין גבורה וואס ער האט אין די הענט. (דהיינו) איינער האט זיך בארימט. ער האט אזוי א כח און א גבורה אין די הענט. אז ער שיסט אויס א פייל. קאן ער זי ווידער קריק ציען. ווארן ער האט אזוי א כח אין זיינע הענט אז חאטשע ער האט שוין אויס געשאסן די פייל. קאן ער זי פארט נאך אומקערן. ער קאן די פייל צוריק ציען ווידער צו זיך. האב איך אים געפרעגט (דהיינו דער וואס אן הענט. וואס ער דערציילט דאס) וואס פאר א פייל קאנסטו צוריק ציען? ווארן סע איז זיך פארהאנדן צען ערליי פיילן, ווארן סע איז פארהאנדן צען ערליי סמין. ווארן אז מע וויל שיסן א פייל, באשמירט מען זי מיט א סם. איז פארהאנדן צען ערליי סמין, וואס אז מען באשמירט די פייל מיט דעם סם איז די פייל אזוי מזיק. און אז מע באשמירט די פייל מיט אן אנדער סם איז זי מער מזיק. און אזוי איז פארהאנדן צען ערליי סמין, וואס איטלעכער סם איז ערגער, דהיינו ער איז מער מזיק. האט ער אים געפרעגט וואס פאר א מין פיילן קאנסטו צוריק ציען. ווידער האט ער אים געפרעגט צו איידער די פייל האט יענעם געטראפן קאן ער זי קריק ציען, צו אפילו נאך דעם אז די פייל האט שוין יענעם געטראפן קאן ער זי אויך צוריק ציען? און דרויף האט יענער געענפערט: אז אפילו די פייל טרעפט שוין יענעם. קאן איך זי אויך צוריק ציען. לושמיר א וואסער א מין פיילן קאנסטו צוריק ציען האט ער געענפערט: האט דאס און דאס מין קאן איך צוריק ציען. האב איך מיר אנגערופן (דהיינו דער וואס אן הענט וואס דערציילט דאס אלץ) צו אים: קאנסטו נישט היילן די בת מלכה. אז דו קאנסט מער נישט קריק ציען נאר איין ערליי פיילן, קאנסטו נישט היילן די בת מלכה.

איינער האט זיך בארימט. ער האט אזוי א כח אין די הענט אז ביי וועמען ער נעמט גיט ער (כלומר מיט דעם וואס ער נעמט ביי איינעם עפעס דערמיט אליין גיט ער יענעם) מיילא איז ער א בעל צדקה. האב איך אים גיפרעגט וואס פאר א צדקה גיסטו. האט ער גיענפערט. ער גיט מעשר. האב איך מיך אנגירופן. אז סע איז אזוי. קאנסטו ניט היילין די בת מלכה. ווארין די קאנסט גאר צו איר ארט ניט קומען. (ווייל דו גיסט נאר מעשר) ווארין דו קאנסט מער ניט אריין גיין נאר אין איין מויער (דארט ווי די בת מלכה זיצט) איבער דעם קאנסטו צו איר ניט קומען.

איינער האט זיך בארימט. ער האט אזוי א כח אין די הענט. ווארין סע פארהאנדין ממונים אויף דער וועלט. (דהיינו מענטשן וואס זיי זענען עלצטע וואס זיי האבין צו שאפין איבער א שטאט אדער איבער א מדינה וכו') באדארף איטליכער חכמה. האב איך אזוי א כח אין די הענט. אז מיט מיינע הענט קאן איך אים גיבין חכמה. מיט דעם וואס איך לעהן אים אן מיט מיינע הענט. האב איך אים גיפרעגט וואס א חכמה קאנסטו גיבין מיט דיינע הענט. סע איז זיך פארהאנדין עשרה קבין חכמה (כלומר צעהן אירליי חכמות) האט ער גיענפערט. די און די חכמה קאן ער גיבין האב איך מיך אנגירופין צו אים. קאנסטו ניט היילין די בת מלכה. ווארין דו קאנסט גאר איר דפק ניט וויסין ווארין סע איז פארהאנדין צעהן אירליי דפייקין. און דו קאנסט ניט וויסן נאר איין דפק ווייל דו קאנסט נאר איין חכמה גיבין מיט דיינע הענט.

איינער האט זיך ברימט. ער האט אזוי א כח אין די הענט. אז סע איז פארהאנדין א רוח סערה (דהיינו א שטוירים ווינט) קאן ער דעם שטוירים ווינט פארהאלטין מיט די הענט. ער קאן אנחאפין מיט די הענט דעם שטוירים ווינט און זאל אים פארהאלטין. און קאן ווידער מיט די הענט מאכין דעם ווינט מיט א מאס. אז סע זאל זיין אזוי א ווינט ווי מע בדארף. אין דער מאס. האב איך אים גיפרעגט וואס פאר א ווינט קאנסטו אנחאפין מיט די הענט סע איז זיך פארהאנדין צעהן אירליי ווינטן. האט ער גיענפערט. דעם און דעם ווינט. האב איך מיך אנגירופן. קאנסטו ניט היילין די בת מלכה. ווארין דו קאנסט גאר דעם ניגון פאר איר ניט שפילין. ווארין סע איז פארהאנדין צעהן אירליי ניגונים. און איר רפואה פון דער בת מלכה. איז דורך ניגונים. און דו קאנסט מער ניט שפילין פאר איר נאר איין ניגון. האבין זיי זיך אנגירופן וואס קאנסטו. האט ער גיענפערט איך קאן וואס איר אלע קאנט ניט דהיינו אלע ניין חלקים פון איטליכער זאך וואס איטליכער האט זיך בארימט. וואס איר קאנט זיי ניט. קאן איך יוא. ווארין סע איז פארהאנדין א מעשה. ווארין אמאל האט זיך א מלך פאר קאכיט אין א בת מלכה האט ער זיך גיפרעט און האט גיטאן תחבולות אז ער זאל זי חאפין. ביז ער האט זי דערטאפט. און זי איז ביי אים גיווען.

אמאל האט זיך דער מלך גיחלימט. אז די בת מלכה איז אויף גישטאנען אויף אים און האט אים גיהרגיט. האט ער זיך אויף גיחאפט. און דער חלום איז אים זייער אריין אין הארצין אריין. האט ער גירופין אלע פותרי חלומות (דהיינו די וואס קאנען באשיידין די חלומות) האבן זיי אים פותר גיווען אזוי ווי דער פשוט איז. אז דער חלום וועט מקוים ווערין כפשוטו. אז זי וועט אים הרגינען. האט זיך דער מלך קיין עצה ניט גיקאנט גיבין. וואס ער זאל מיט איר טאן. זאל ער זי הרגינען. טוט אים באנק. זאל ער זי אוועק שיקין פון זיך. דאס פארדריסט אים זייער. ווארין איין אנדערער וועט זי נעמען. און דאס פארדריסט אים זייער ווארין ער האט אזוי פיל גיהאריוויט ארום איר. און היינט וועט זי אנקומען צו איין אנדערין. און דערצו. אז ער וועט זי אוועק לאזין. און זי וועט אנקומען צו איין אנדערין. וועט זיך בוודאי קאנען מקוים ווערין דער חלום. אז זי וועט אים הרגינען. ווארין זי איז ביי איין אנדערין. זאל ער זי האלטין ביי זיך. האט ער מורא פאר דעם חלום. טאמער וועט זי אים הרגינען. האט דער מלך ניט גיוואוסט וואס ער זאל איר טאן. דערווייל איז די אהבה ביי אים כליא גיווארין ביסליך ווייס. מחמת דעם חלום. (דהיינו ער האט זי שוין ניט אזוי ליב גיהאט ווי פריר) און אלע מאל איז אלץ מער כליא גיווארין די אהבה. און אזוי ביי איר איז אויך כליא גיווארין די אהבה אלע מאל מער ביז סע איז ביי איר גיווארן א שנאה אויף אים. איז זי אנטלויפין גיווארן פון אים.

האט דער מלך ארויס גישיקט מע זאל זי זוכין. איז מען גיקומען און מע האט אים גיזאגט. אז זי דרייט זיך לעבין וואסיריקן שלאס. ווארין סע איז פארהאנדין איין וואסיריקער שלאס. און דארט איז פארהאנדין צעהן מויערין. איינע אין דער אנדערער. און די אלע צעהן מויערין זענען פון וואסער. און די ערד אין דעם שלאס וואס מע גייט אויף איר איז אויך פון וואסער און אזוי דער גארטין מיט די ביימער מיט די פירות. איז אלץ פון וואסער, און דאס שיינקייט פון דעם שלאס און דער חידוש פון דער שלאס. דאס האט מען ניט צו שמוסין, ווארין סע איז בוודאי איין ווילד חידוש. ווארין דער גאנצער שלאס איז פון וואסער. אריין גיין אין דעם שלאס קאן מען בוודאי ניט. ווארין מע וועט דערטרינקען ווערין. ווארין גאר דער שלאס איז זיך פון וואסר.

און די בת מלכה. אז זי איז אנטלויפין גיווארין. איז זי אנגיקומען צו דעם שלאס. איז זי דארט ארום גיגאנגען ארום דעם שלאס. האט מען גיזאגט דעם מלך אז זי דרייט זיך דארט ארום דעם וואסיריקן שלאס. איז דער מלך גיגאנגען מיט זיין חיל. אז ער זאל זי חאפין. ווי די בת מלכה האט דאס דערזעהן. (אז דער מלך מיט זיין חיל ווילין זי חאפין) האט זי זיך מיישב גיווען. זי וועט אריין לויפין אין דעם שלאס אריין. ווארן זי וויל בעסער דערטרונקען ווערין. איידער דער מלך זאל זי חאפין. און זי זאל ביי אים זיין. און טאמער. וועט זי פארט ניצול ווערין. און וועט זיך קענען אריין חאפין אין דעם וואסיריקן שלאס. ווי דער מלך האט דאס דערזעהן. אז זי לויפט אין וואסער אריין. האט ער גיזאגט. אז סע איז יוא אזוי. בכן. האט ער גיהייסין אז מע זאל זי שיסין. וועט זי שטארבין. שטארבין. האט מען זי גישאסין. און מען האט איר גיטראפין אלע צעהן אירליי פיילין. וואס זיי זענען באשמירט מיט צעהן אירליי סמין. און זי די בת מלכה. איז אריין גילאפין אין דעם וואסיריקן שלאס און זי איז אין אים אריין איניווייניק אריין. און זי איז דורך דארך אלע טויערין פון די וואסיריקע מויערין. ווארין סע איז דארטין פארהאנדין טויערין אין די וואסיריקע מויערין און זי איז דורך גיגאנגען דארך אלע טויערין פון אלע צעהן מויערין פון דעם וואסיריקן שלאס. ביז זי איז אריין איניווייניק אין דעם שלאס אריין. און זי איז דארט אנידער גיפאלין. און איז גיבליבן חלשות. און איך הייל זי (דהיינו דער וואס אן הענט. וואס ער דערציילט דאס אלץ).

ווארין דער וואס ער האט ניט אין זיינע הענט. אלע צעהן אירליי צדקות. דער קאן ניט אריין גיין אין די אלע צעהן מויערין פון דעם וואסיריקן שלאס. ווארין ער וועט דערטרונקען ווערין אין וואסער. און דער מלך מיט זיין חיל. זיי האבין נאך גיאגט דער בת מלכה. זענען זיי אלע דערטרונקען גיווארין אין וואסער. און איך קאן אריין גיין אין אלע צעהן מויערין פון דעם וואסיריקן שלאס. און די מויערין פון וואסער דאס זענען די אינדין פון דעם ים וואס זיי שטייען ווי א מויער. און די ווינטן זיי שטעלין אויף די אינדן פון דעם ים. און זיי הייבן אויף די אינדין. און די אינדין וואס דאס זענען די צען מויערן. זיי שטייען דארט תמיד נאר די ווינטן זיי האלטין די אינדין און הייבין די אינדין. און איך קאן אריינגיין אין די אלע צען מויערן פון דעם וואסעריקן שלאס. און איך קאן ארויס ציען פון איר (דהיינו פון דער בת מלכה) אלע צען ערליי פיילין. און איך ווייס אלע צען ערליי דפיקין, דורך די צען פינגער, ווארן דורך איטלעכן פינגער פון די צען פינגער קאן מען וויסן א באזונדערן דפק פון די צען ערליי דפיקין. און איך קאן זי היילן די בת מלכה דורך אלע צען ערליי ניגונים. (ווארן איר רפואה איז דורך נגונים כנ"ל) דעריבער הייל איך יא די בת מלכה. נמצא האב איך אזוי א כח אין די הענט. היינט שענק איך אייך דאס דאזיגע במתנה. איז דארט געווארן זייער א גרויסע שמחה און זיי זענען זייער פריילעך געווארן.

די מעשה איז מיר זייער שווער צו דערציילן. נאר ווייל איך האב זי שוין אנגעהויבן צו דערציילן. מוז איך זי שוין אויספירן. אין דער מעשה איז נישט פארהאנדן איין ווארט וואס סע זאל דרינען נישט זיין א כוונה. און ווער סע איז א בקי און געניט אין ספרים. קאן עפעס פארשטיין, עפעס ווינקען. און די פיילן וואס דער האט זיך בארימט אז ער קאן פיילן צוריק ציען דאס שטייט אין פסוק וכו'. און די צדקה וואס דאס איז אקעגן די מויערן פון וואסער דאס שטייט אויך אין א פסוק "וצדקתך כגלי הים". און די צען אירליי דפיקין און צען אירליי נגונים. דאס שטיט אויך אין זוהר. לושמיר ווער און ווען און וואס. (ווייטער האט ער שוין נישט געזאגט. כלומר ווער זענען די אלע. און וואס איז דאס און ווען איז דאס אלץ געווען. דאס קאן מען נישט וויסן).

דעם אויספיר פון דער מעשה דהיינו וואס סע איז געווען אין דעם זיבעטן טאג מיט דעם בעטלער וואס אן פיס. און דעם אויספיר פון דעם בן מלך וואס דערפון האט זיך אנגעהויבן די מעשה. דאס האט ער נישט דערציילט. און ער האט געזאגט ער וועט דאס שוין נישט דערציילן. און מע וועט דאס שוין נישט הערן ביז משיח וועט קומען במהרה בימינו אמן.

(דאס האט ער אויך געזאגט):

אז איך זאל מער נישט וויסן קיין שום זאך. נאר די מעשה וואלט איך אויך א ווילד חידוש געווען. ווארן די מעשה איז א ווילד חידוש זייער. סע איז אין איר דא זייער פיל מוסר. און אסאך תורה. ווארן סע איז אין דער מעשה דא א סאך תורות. און זי שמועסט פון א סאך צדיקים קדמונים. פון דוד המלך ע"ה. ווארן דוד המלך איז געשטאנען אין עק וועלט. און האט געשריגן צו דעם קוואל וואס סע גייט ארויס פון דעם שטיין וואס אויף דעם בארג כנ"ל. אזוי ווי אין תהילים שטייט: "מקצה הארץ אליך אקרא בעטף לבי בצור ירום ממני תנחני" וכו'.

די זאך פון דוד המלך. דאס קער צום דריטן טאג. ווארן דארט שמועסט פון דעם הארץ און פון דעם קוואל. אין דער מעשה איז פארהאנדן זייער זייער גרויסע סודות התורה. פון דעם אנהייב ביז אין אויסלאז. אלע מעשיות פון דעם ספר זענען דורך גרויסע סודות התורה. איטלעכס ווארט און איטלעכע זאך מיינט מען גאר עפעס אנדערש. און די מעשה איז גרעסער פון אלע.
