דלג לתוכן העיקרי

מז

ב"ה, ד' וירא תרצ"ב אומין.

לבני יקירי נתן יחיה ולכל בני ביתו שיחיו.

הנני להודיעכם כי אנחנו בחיים ושלום ה' יתברך יעזרנו לשמוע ולהשמיע אך טוב תמיד.

מכתבך מיום ו' נח בני יקירי קבלתי אתמול. ממכתבך נראה כי אתה בקטנות המוח וקצת בדאגה בעצבות הן מחמת חסרון הבריאות הן מחמת נסיון הפרנסה אין עס ווייזט אויס אז דיא ניצט גאר ניט מיט דעם פסוק "בצר הרחבת לי" כפי אדמו"ר ז"ל האט מפורש גיווען אז יעדער מענש איז מחויב זיך אימקוקען אויף דיא טובות און אויף דיא הרחבות וואס ה' יתברך איז מיט אים גומל אפילו בעת דוחקו, ובפרט דיא זאלסט זיך מתבונן זיין אין זיך בערעכענען באמת וואלסטי דערפילט וויפיל הצלות אין ישועות אין טובות ה' יתברך האט מיט דיר גומל גיווען למענו יתברך אין בזכות אדמו"ר ז"ל ראשית האט דיך ה' יתברך מציל גיווען מגזירת הצבא בעת סכנה אזוי וויא דיא גודיינסקט. אין ה' יתברך ברחמיו האט דרך מזכה גיווען מיט קונדער יחיו לאויוש"ט דאס איז איין חסד גדול דיא זאלסט דאס ניט פערגעסען וכו' און בזכות אדמו"ר ז"ל האט ה' יתברך דיר מרחיב גיווען בענין הדירה גם כן, אין יעצט אז דיא ביסט ניט בקו הבריאות אין דיין פרנסה איז גם כן אביסל בדוחק האסטו זיך דערשראקען אין דיא לאזט אין זיך אראן קטנות המוח היינו דאגות ועצבות ר"ל גלייך אזוי וויא דיא האסט קיין מאל ניט גיזעהען ח"ו קיין ישועות אין נפלאות פון השגחתו יתברך, זאלסט וויסין בני יקירי אז דאס איז נאר מעשי בע"ה[ד], אין עס איז גאר אהיפוך גמור פין דעת אדמו"ר ז"ל ווארום בכל ספרי אדמו"ר ז"ל איז מבואר אז מע דארף זיך שטארקען איך שמחה אין אין תקוה לתשועת ה' תמיד אפילו בעת הדוחק ביותר ח"ו אין דורך דעם וואס מע שטארקט זיך אין שמחה אין אין אמונת-השגחה פרטית אין בטחון בה' יתברך באמת דורך דעם ווערען נמתק אין בטל אלע יסורים אין אלע צרות אין מע איז זוכה ציא גיהאלפין ווערען באמת פין אלע איינגשאפטען.

כללו של דבר, עצתי אז דיא זאלסט זיק דערמאנען אין דיא ניסים ונפלאות וואס ה' יתברך האט מיט דיר גיטאן מאז ועד הנה, אין זאלסט זיך שטארקען מיט אמונה אין בטחון בה' יתברך באמת אין גלייבען אין האפין אז ער וועט מיט דיר אויף ווייטער אויך טאן ניסים ונפלאות לטובה, הן אין בריאות הגוף הן אין פרנסה הן אין אלע ענינים וויא דיא דארפסט אישועה, און בלי תירוץ ניט ניצען מיט קיין רפואות של שוא והבל, נאר מיט תהילה אין אמונה אין בטחון באמת. אין ה' יתברך וועט דיר בוודאי בחסדו העלפין הן רפואה הן פרנסה וכו', וכו' וכו'. און אזוי וועגען אלע חובות וואס דיא דארפסט ציולען זאלסטי ניט אראן לאזין אין זיך קיין שום בילבול אין קיים שום דאגה ח"ו נאר זאלסט זיך שטארקען מיט תפילה און אמונה און בטחון באמת וועט דיר ה' יתברך העלפין הרחבה אין דיא וועסט בעזרת ה' יתברך באצאלין.

אביך המברכך עם ב"ב ברפואה שלימה ובפרנסה בהרחבה ובנחת ובכשרות כרצונו יתברך וכרצון אדמו"ר ז"ל בכל פרט.

שמשון בארסקי

[נדפס בספר לקוטי עצות עברי טייטש]

Documentation Index

גרסאות לקריאת מכונה / AI agents:

טוען...